פראגעס און ענטפערס

דאָ איר וועט געפֿינען די מערסט פּראָסט פֿראגן און ענטפֿערס

אויף מיין וואקסינאציע סערטיפיקאט זעה איך נישט אלע מיינע וואקסינאציע דאזעס. וואס זאל איך טוהן?


ווען די אינפארמאציע וועגן אייער וואקסינאציע ווערט געוויזן אויפ׳ן וואקסינאציע סערטיפיקאט וועט עס ווייזן אדער:

 

״דאזע 1 פון 2״ אדער

״דאזע 2 פון 2״

 

אויב איר האט באקומען צוויי וואקסינאציעס, און עס שטייט ״דאזע 2 פון 2״, דאן איז אלעס ווי עס באדארף צו זיין.

אויב אויפ׳ן וואקסינאציע סערטיפיקאט שטייט עפעס אנדערש:

1. מאכט זיכער אז ווייניגסטנס 7 טעג זענען פארביי זינט איר זענט וואקסינירט געווארן.

2. אויב עס איז פארלאפן 24 שעה זינט איר האט גע׳דאונלאד׳עט אייער לעצטע וואקסינאציע סערטיפיקאט, פרובירט דאונלאד׳ען אן אפדעיט׳עט סערטיפיקאט פון דעם סיסטעם.

3. פארריכטונגן און צופאסונגען ווערן כסדר געמאכט צו דעם סיסטעם. דעריבער, אויב פעלן דאזעס פון אייער קאוויד סערטיפיקאט, ווארטס אויס נאך א פאר טעג און דאן פרובירט נאכאמאל.

4. אויב איר האט פרובירט די פריערדיגע שריטן אבער איר זעהט ווייטער די זעלבע אינפארמאציע אויף אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט, קענט איר אויך פרובירן ניצן אן אנדערער דעפארטמענט: אויב איר האט פריער פרובירט באקומען א נייע סערטיפיקאט דורכ׳ן טעלעפאן, דאן פרובירט עס צו טון דורכ׳ן קאמפיוטער, און די זעלבע פארקערט. (איינע פון די דעפארטמענטס קענען נאך מעגליך האבן אייער אלטע וואקסינאציע סערטיפיקאט.) 

5. אויב איר האט נאכגעפאלגט די אלע שריטן פון אויבן, אבער אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט ווייזט נאך אלץ נישט די ריכטיגע אינפארמאציע און איר דארפט פארן אויף א רייזע ביז א קורצע צייט, קענט איר אימעיל׳ען אונזער קאסטומער סערוויס דעפארטמענט. א וואקסינאציע סערטיפיקאט איז נאר פאר רייזע צוועקן – דעריבער, ביטע קאנטאקט נישט אונזער קאסטומער סערוויס דעפארטמענט אויב איר זענט נישט אין א מצב וואס איר דארפט באלד אוועקפארן.

עס זענען פארהאן עטליכע סיבות פארוואס איר וועט מעגליך נישט זעהן אייער ביידע דאזעס אויפ׳ן סערטיפיקאט. אין רוב פעלער פון פעלערדיגע דאזע אינפארמאציע איז דער סיבה דערפאר וואס די נייסטע אינפארמאציע איז נאכנישט אריבערגעפירט געווארן פון דער העלטקעיר פראוויידער צו דער נאציאנאלע וואקסינאציע רעגיסטער (פון וועלכן עס ווערט דערנאך אינקארפארירט אין דער וואקסינאציע סערטיפיקאט.) עס דארף נעמען נישט מער ווי 7 טעג פאר אייער וואקסין דאזעס באריכטעט צו ווערן צו דער נאציאנאלע וואקסינאציע רעגיסטער.

די ׳ראיאנען פון שוועדן׳ זענען פאראנטווארטליך פאר רעגיסטרירן וואקסינאציעס אין דער נאציאנאלע וואקסינאציע רעגיסטער, פון וואו די אינפארמאציע ווערט דאן אינקארפארירט אין דער וואקסינאציע סערטיפיקאט. א יעדער ראיאן נעמט אויף פאר זיך א צאל אנדערע וואקסינאציע פראוויידערס.

אויב מער ווי 7 טעג זענען פארביי, און איינע פון אייערע דאזעס פעלט נאך פון אייער קאוויד סערטיפיקאט, קענט איר קאנטאקטן דער שוועדישע אי-העלט אגענטור׳ס קאסטומער סערוויס דעפארטמענט דורך covidbevis@ehalsomyndigheten.se.

אויב עפעס איז פארגרייזט אין דער רעגיסטראציע פון אייער וואקסינאציע וועלן מיר אייך פארבינדן מיט שטיצע שטאב אין דער ראיאן וואו איר וואוינט.

פארוואס זעהט זיך נאר איין וואקסינאציע דאטום אויף מיין וואקסינאציע סערטיפיקאט?

דער וואקסינאציע סערטיפיקאט דארף צו ווייזן נאר די לעצטע וואקסין דאזע וואס איר האט באקומען, אומאפגעזעהן אויב עס איז אייער ערשטער אדער צווייטער דאזע. צום ביישפיל, עס וועט שטיין ״דאזע 2 פון 2״ אויב איר האט באקומען ביידע דאזעס.

עס וועט אויך ווייזן ווען איר האט באקומען אייער לעצטער דאזע – איר קענט דאס זעהן אונטער׳ן קעפל ״דאטום פון לעצטע וואקסינאציע״. ביטע באמערקט אז נאר די לעצטע דאזע וועט געוויזן ווערן דערויף.

איך האב נישט קיין שוועדישע עלעקטראנישע ID. וואס זאל איך טוהן?


איר קענט געפונען אינפארמאציע אויף וואס צו טוהן דא: שאפט אן עלעקטראנישע ID | עלעקטראנישע ID (אויף e-legitimation.se)

אויב פעלט אייך א גילטיגע שוועדישע עלעקטראנישע ID קענט איר נאך אלץ בעטן א וואקסינאציע סערטיפיקאט. איר דארפט אבער האבן א שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט קאוד, און איר מוזט (פארשטייט זיך) זיין וואקסינירט.

איר קענט זיך ווענדן פאר א וואקסינאציע סערטיפיקאט מיט דער שוועדישע אי-העלט אגענטור דורך אויספילן א פרינט׳עבל PDF פארם. צו דער איצטיגער צייט נעמט פראצעסירן אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט פארלאנג אויף דעם אופן פון 5 ביז 10 טעג.

פרינט׳ס ארויס דער גע׳לינק׳טער פארם, פילט עס אויס, לייגט עס אין אן ענוועלאפ, און שיקט עס דורך פאסט צו דער שוועדישע אי-העלט אגענטור:

Swedish eHealth Agency (E-hälsomyndigheten)
Postal Box 913
391 29 Kalmar, Sweden

(ביטע פארגעסט נישט אונטערצושרייבן דעם פארם!)

אויב איר קענט נישט ארויס׳פרינט׳ען דעם פארם, קענט איר אונז אימעיל׳ען און מיר וועלן אייך שיקן א פיזישע קאפיע פון דעם פארם. ביטע אימעיל׳ט אונז נאר אויב איר קענט בכלל נישט אליינס ארויס פרינט׳ען דעם פארם. אימעיל׳ט אונז אויף covidbevis@ehalsomyndigheten.se; אין אייער אימעיל, דערמאנט נאר אז איר ווילט א פיזישע קאפיע פון דער PDF וואקסינאציע סערטיפיקאט פארלאנג פארם, און גיבט צו אייער נאמען און דער אדרעס וואו איר ווילט מיר זאלן שיקן דעם פארם. ביטע שרייבט נישט אייער שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט קאוד אדער סיי וועלכע אנדערע פערזענליכע איינצלהייטן.

ניצט נישט דער PDF פארם אויב איר האט א שוועדישע עלעקטראנישע ID און צוטריט צו דער אינטערנעט – ניצט ענדערשט דעם סערוויס www.covidbevis.se.

צי קענען מענטשן וואס האבן נישט קיין שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט קאוד באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט?

אויף צו באקומען א וואקסין סערטיפיקאט אין שוועדן, מוזט איר האבן א שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט קאוד, זיך האבן וואקסינירט אין שוועדן, און האבן א באשטעטיגטע שוועדישע עלעקטראנישע ID אדער א נאציאנאל-רעגיסטרירטע שוועדישע אדרעס.

דער שוועדישע אי-העלט אגענטור טוט איצט נאכקוקן דער פראגע צי מענטשן אן א שוועדישע עלעקטראנישע ID אדער שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט קאוד קענען באקומען א סערטיפיקאט וואס ווייזט אז זיי זענען וואקסינירט געווארן אין שוועדן.

אויב איר האט א שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט קאוד אבעראייער וואקסינאציע איז נישט רעגיסטרירט געווארן אונטער א רעזערוו נומער אדער קאארדינירונג נומער, דאן זאלט איר קאנטאקטן אייער וואקסינאציע פראוויידער און זיי בעטן צו ענדערשט רעגיסטרירן דער וואקסינאציע אונטער אייער פערזענליכע אידענטיטעט קאוד.

דער שוועדישע אי-העלט אגענטור זוכט אויסצוארבעטן א לייזונג וואס וועט ערמעגליכן צו שאפן א וואקסינאציע סערטיפיקאט פאר וואקסינאציעס וואס זענען נישט באריכטעט געווארן דורך א קאארדינירונג נומער. דאס וועט אבער ליידער נישט ערמעגליכן פאר רעזערוו נומערן צוליב דעם וואס אזעלכע נומערן זענען נישט אלעמאל אייגנארטיג.

צי דארף איך א קאוויד סערטיפיקאט אויף צו קענען ארומפארן?

ניין, א קאוויד סערטיפיקאט איז נישט פארלאנגט פאר רייזעס אינערהאלב דער EU. דער קאוויד סערטיפיקאט איז אנטוויקלט געווארן אויף גרינגער מאכן צו פארן צו אנדערע לענדער אינערהאלב דער EU. 

עס זענען פארהאן דריי אנדערע סארטן קאוויד סערטיפיקאטן: וואקסינאציע סערטיפיקאטן, טעסט סערטיפיקאטן, און ערהוילונג סערטיפיקאטן.

ביי דער שוועדישע אי-העלט אגענטור׳ס וועבזייטל קענט איר געפונען אינפארמאציע וואס איז גילטיג פאר אייך ווען איר מאכט רייזע פלענער.

אויף אריינצוגיין אין געוויסע לענדער דארפט איר ווייזן א סערטיפיקאט וואס צייגט אז איר האט נישט קאוויד-19. אנדערע לענדער פארלאנגען א סערטיפיקאט כדי אז זייערע בירגער זאלן זיך קענען אומקערן אהיים אן דאס דארפן זיין קוואראנטינ׳ט. פארשידענע לענדער פארלאנגען פארשידענע סארטן סערטיפיקאטן, און איר זאלט דעריבער בלייבן אינפארמירט וועגן וועלכע פארארדנונגען זענען אנווענדליך אין דעם לאנד וואו איר ווילט פארן.

אלס אן ערשטע אפציע, זאלט איר זוכן אינפארמאציע אויף אינטערנאציאנאלע רייזן ביי שוועדן׳ס מיניסטעריום פאר אויסלענדישע אנגעלעגנהייטן (MFA). אויף דער אמבאסאדע וועבזייטל שוועדן אין אויסלאנד, קענט איר געפונען אינפארמאציע וועגן די רעגולאציעס וועלכע זענען אנווענדליך אין פילע אנדערע לענדער. דער MFA׳ס ״Resklar״ עפ מאכט עס גרינגער נאכצוגיין וועלכע פארארדנונגען זענען איצט אנווענדליך ביי אייער רייזע דעסטינאציע.

איך האב באקומען מיין ערשטער דאזע אין אן אנדערן לאנד און איך וועל באקומען מיין צווייטע דאזע אין שוועדן. צי וועלן איך קענען באקומען א גילטיגע וואקסינאציע סערטיפיקאט?

איר וועט דארפן זיך פארבינדן מיט די העלטקעיר סערוויסעס אין אייער ראיאן און אויסגעפונען אויב עס איז מעגליך פאר זיי צו באריכטן אייער וואקסינאציע צו דער נאציאנאלע וואקסינאציע רעגיסטער אלס ״דאזע 2 פון 2 (2/2)״. 

אויב די העלטקעיר סערוויסעס אין אייער ראיאן קענען דאס נישט טוהן, דאן יא, איר קענט באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט וואס ווייזט אז איר זענט פולשטענדיג וואקסינירט.

אין אזא פאל, וועט איר דארפן באווייזן פאר אייער וואקסינאציע פראוויידער אין שוועדן אז די דאזע וואס זיי גיבן אייך איז אייער צווייטער דאזע, כדי אז אייער צווייטער דאזע זאלן ווערט ריכטיג באריכטעט. דעריבער, ביטע מאכט זיכער אז איר האט פאסיגע דאקומענטן וועגן אייער ערשטער וואקסין דאזע, ארויסגעגעבן דורך א העלטקעיר פראוויידער אדער א פובליק אויטאריטעט.

אויב איך האב באקומען מיין ערשטע וואקסינאציע אין א פרעמד לאנד, קען איך באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט אין שוועדן אויב איך האבן באקומען דאהי מיין צווייטע וואקסינאציע?

אויב איר האט באקומען אייער ערשטע דאזע אין א פרעמד לאנד, אבער איר האט באקומען אייער צווייטער דאזע אין שוועדן, קענט איר נישט אלעמאל ערווארטן צו באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט אויף וועלכן עס וועט שטיין אז איר זענט פולשטענדיג וואקסינירט. דאס איז צוליב דעם וואס געוויסע העלטקעיר פראוויידערס זענען נישט אלעמאל פעאיג זיכערערהייט פעסטצושטעלן דער ערשטער דאזע, אדער ניצן אן IT סיסטעם וועלכס קען נישט רעגיסטרירן דער צווייטער וואקסינאציע אין שוועדן אלס ״דאזע 2״. אין צוגאב איז עס פארלאנגט אז איר זאלט האבן א שוועדישע עלעקטראנישע ID, אן עלעקטראנישער פאסט-קעסטל, אדער א נאציאנאל-רעגיסטרירטע אדרעס אין שוועדן.

איך האב באקומען מיין צווייטע דאזע אין אן אנדערן EU לאנד. צי קען איך באקומען א גילטיגע וואקסינאציע סערטיפיקאט אין דעם פאל?

איר קענט באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט דורך www.covidbevis.se אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אין שוועדן און איר האט א שוועדישע עלעקטראנישע ID.

אויב איר האט באקומען דאזע 1 אין שוועדן, דאן וועט דאזע 1 געוויזן ווערן אויף אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט.

אויב איר זענט וואקסינירט אדער גע׳טעסט געווארן אין אן אנדערן EU לאנד, זאלט איר נאכקוקן וויאזוי צו באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט פון יענער לאנד. די זעלבע איז אנווענדליך אויב איר האט באקומען אייער צווייטער דאזע (און זענט דערפאר פולשטענדיג וואקסינירט) אין אן אנדערן EU לאנד.

איך בין וואקסינירט געווארן אין א לאנד אויסער׳ן EU. צי קען איך באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט אין דעם פאל?

ניין, אין דעם פאל קענט איר נישט באקומען א שוועדישע וואקסינאציע סערטיפיקאט. צו דער איצטיגער צייט האט נישט דער שוועדישע אי-העלט אגענטור קיין וועג צו פראצעסירן וואקסינאציעס דורכגעפירט אין נישט-EU לענדער וואס וואלט ערמעגליכט ארויסצוגעבן וואקסינאציע סערטיפיקאטן פאר זיי. (אין דער פאל פון וואקסינאציעס דורכגעפירט אינערהאלב דער EU, קענט איר באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט דורך קאנטאקטן די טויגליכע אויטאריטעטן אין דעם לאנד פון וואקסינאציע.)

וואס זאל איך טוהן ווען איך האב באקומען מיין ערשטער וואקסינאציע אין א פרעמד לאנד און מיין צווייטע אין שוועדן, אבער עס ווייזן זיך נישט ביידע דאזעס אויף מיין וואקסינאציע סערטיפיקאט?

אויב איר האט זיך פארבינדן מיט אייער העלטקעיר פראוויידער אבער זיי האבן אייך נישט געקענט העלפן מיט דעם, דאן, ביים רייזן, קענט איר מיטברענגען מיט אייך סערטיפיקאטן פאר ביידע וואקסינאציעס, אדער ברענגען א וואקסינאציע סערטיפיקאט פון דעם לאנד ווא איר האט באקומען אייער ערשטע וואקסינאציע אינאיינעם מיט אייער שוועדישע וואקסינאציע סערטיפיקאט. צי די דאזיגע באווייז דאקומענטן וועלן אנגענומען ווערן צי נישט ווענדט זיך אין דעם לאנד וואו איר פארט ארום.

נאך אן אפציע איז צו ווערן גע׳טעסט פאר קאוויד-19 אין שוועדן, און דערנאך באקומען א טעסט סערטיפיקאט אויב רעזולטאטן זענען נעגאטיוו.

דא קענט איר לייענען מער וועגן וויאזוי צו באקומען א סערטיפיקאט פון א נעגאטיווע קאוויד טעסט

אויף ווי לאנג זענען יעדע פון די קאוויד סערטיפיקאטן גילטיג?

אויף איצט, זענען וואקסינאציע סערטיפיקאטן נאר גילטיג פאר א 90 טעג פעריאד.

אין פאל פון טעסט סערטיפיקאטן ווענדט זיך עס אין יעדע פון די EU׳ס מיטגליד שטאטן צו באשליסן וואס דער גילטיגקייט פעריאד איז פאר PCR טעסטס און אנטידזשען טעסטס אין יעדעס לאנד באזונדער. געפונט אויס וועלכע פארארדנונגען זענען אנווענדליך אין דער דעסטינאציע לאנד בעפאר איר נעמט דעם טעסט.

ערהוילונג סערטיפיקאטן וועלן זיין גילטיג אויף 180 טעג נאך דער דאטום ווען דער מענטש האט געהאט זיין/איר ערשטע פאזיטיווע טעסט רעזולטאט.

וואו זאל אירך ווייזן מיין קאוויד סערטיפיקאט?

איין מצב (צווישן אנדערע) וואו איר זאלט קענען ווייזן אייער קאוויד סערטיפיקאט איז ווען איר גייט אריבער נאציאנאלע גרעניצן, אינאיינעם מיט איבערקוקן ID. דורכאויס אייער ארומפארן, מאכט זיכער צו האלטן אייער קאוויד סערטיפיקאט אין א צוגענגליכע פלאץ.

געדענקט נאכצוקוקן בעפאר אייער רייזע וועלכע פארארדנונגען זענען אין קראפט פאר דער לאנד וואו איר ווילט אהין פארן. דאונלאד׳ט דעם MFA׳ס ״Resklar״ עפ צו באקומען אפ-טו-דעיט אינפארמאציע וועגן אייער רייזע דעסטינאציע. אין צוגאב טוען די אמבאסאדעס אנבאטן אפ-טו-דעיט רייזע אינפארמאציע ביי שוועדן אין אויסלאנד.

וואס זענען די אנווענדליכע כללים פאר קינדער (0 ביז 18 יאר אלט)? צי דארפן זיי קאוויד סערטיפיקאטן אויף צו קענען ארומפארן אינערהאלב אייראפע?

די EU לענדער האבן א רעכט צו פארעמען זייער אייגענע רעגולאציעס לויט ווי עס פאסט זיי. דעריבער איז וויכטיג איר זאלט אויסגעפונען וועלכע פארארדנונגען זענען אנווענדליך אין יעדע לאנד וואו איר פלאנירט אהין אדער דורך צו פארן. שוועדן׳ס מיניסטעריום פאר אויסלענדישע אנגעלעגנהייטן האט אפ-טו-דעיט אינפארמאציע וועגן די כללים וואס זענען אין קראפט אין פילע לענדער.

וואקסינאציע פון קינדער אונטער די עלטער פון 18 און זענען געבוירן אין 2005 אדער פריער וועט זיך אנהייבן אין אוגוסט אין שוועדן.

פאר קינדער וואס זענען וואקסינירט אין שוועדן קענען זייערע עלטערן אדער גארדיענס פארלאנגען א וואקסינאציע סערטיפיקאט דורך פרינט׳ען דעם PDF פארם ׳באשטעלן א וואקסינאציע סערטיפיקאט פאר מענטשן אונטער 18׳ אויף דער אי-העלט אגענטור׳ס וועבזייטל. ביי דער איצטיגער צייט נעמט צו פראצעסירן אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט פארלאנג אויף דעם אופן פון 5 ביז 10 טעג.

קינדער איבער די עלטער פון 16 וועלכע האבן א שוועדישע עלעקטראנישע ID קענען זיך אליין דאונלאד׳ען זייער וואקסינאציע סערטיפיקאט ביי covidbevis.se. דער וואקסינאציע סערטיפיקאט קען ווערן דאונלאד׳עט זיבן טעג נאך די וואקסינאציע.

ווען די אנדערע צוויי סערטיפיקאטן – דער טעסט סערטיפיקאט און ערהוילונג סערטיפיקאט – ווערן אנגעבאטן, וועלן קינדער אונטער 18 אויך קענען באקומען א סערטיפיקאט פון העלטקעיר פראוויידערס וואס זענען פארבינדן צו דער קאוויד סערטיפיקאט סערוויס.

צי קען איך פארזעצן ארומצופארן, און אריינגיין, אין אנדערע לענדער מיט א פאפירענעם סערטיפיקאט פון א PCR טעסט?

נאך 12 אוגוסט וועט דער קאוויד סערטיפיקאט רעגולאציע אריינגיין אין קראפט, און אייער טעסט סערטיפיקאט וועט דעריבער דארפן ארויסגעגעבן ווערן דורך דער שוועדישע אי-העלט אגענטור. דא קענט איר זעהן וועלכע פארארדנונגען זענען אנווענדליך בנוגע סערטיפיקאטן פון נעגאטיוו קאוויד טעסט רעזולטאטן, און וועלכע העלטקעיר פראוויידערס באטן אן די סערטיפיקאטן.

עס איז וויכטיג איר זאלט נאכקוקן וועלכע אריינקום פארלאנגען זענען איצט אין קראפט פאר אייער דעסטינאציע לאנד.

אלס אן ערשטע אפציע, זאלט איר זוכן אינפארמאציע אויף אינטערנאציאנאלע רייזן ביי שוועדן׳ס מיניסטעריום פאר אויסלענדישע אנגעלעגנהייטן (MFA). אויף דער אמבאסאדע וועבזייטל שוועדן אין אויסלאנד, קענט איר געפונען אינפארמאציע וועגן די רעגולאציעס וועלכע זענען אנווענדליך אין פילע אנדערע לענדער. דער MFA׳ס ״Resklar״ עפ מאכט עס גרינגער נאכצוגיין וועלכע פארארדנונגען זענען איצט אנווענדליך ביי אייער רייזע דעסטינאציע.

צו וועט דער קאוויד סערטיפיקאט זיין גילטיג אין אנדערע קאנטעקסטן נישט פארבינדן מיר ארומפארן – ווי צום ביישפיל קאנצערטן, טעאטער פארשטעלונגען, און ספארט פארקומענישן?

דער קאוויד סערטיפיקאט איז אויסגעלייגט לויט די EU עלעקטראנישע סערטיפיקאט רעגולאציע, און איז געצילט אויף גרינגער צו מאכן אינטערנאציאנאל רייזעס אינערהאלב דער EU און EEA. שוועדן האט צו דער איצטיגער צייט נישט קיין פלאן פאר קאוויד סערטיפיקאטן געניצט צו ווערן פאר אנדערע צוועקן אויסער באַקוקן אידענטיטעט ביי גרעניץ אריבערגאנגען – אינערהאלב דער EU און EEA.

אינדיווידיועלע לענדער׳ס רעגירונגען קענען באשליסן וועלכע איינצוימונגען אוועקצושטעלן אלס רעזולטאט פון דער פאנדעמיע – ד.ה. צי מען זאל פארלאנגען וואקסינאציע פאר׳ן אריינגיין צו קאַפעס אדער ספארט פארקומענישן. אין שוועדן האט דער רעגירונג נישט געמאכט אזא סארט באשלוס אויף סיי וועלכן אופן.

צי וועט מיין קאוויד סערטיפיקאט ארבעטן אויב דארף איך עס ווייזן אין אנדערע לענדער ביים אריינקומען צו טעאטערס, מוזעאומס, רעסטוראנטן, און נאך?

קאוויד סערטיפיקאטן ארויסגעגעבן דורך דער שוועדישע אי-העלט אגענטור זענען אויסגעשטעלט צו קענען איבערגעניצט ווערן ביים אריינקומען אין אנדערע לענדער אינערהאלב דער EU און EEA. פונדעסטוועגן האבן געוויסע לענדער אויסדערוויילט צו פארברייטערן דאס באניץ פון עלעקטראנישע קאוויד סערטיפיקאטן.

דער שוועדישע אי-העלט אגענטור קען נישט גאראנטירן אז א קאוויד סערטיפיקאט וועט קענען געניצט ווערן פאר צוועקן אויסער דאס ארומפארן צו אנדערע EU לענדער. אויב טויג נישט עפעס ביים סקענ׳ען דעם קאוויד סערטיפיקאט ווען איר פרובירט אריינצוגיין (צום ביישפיל) צו א קולטורעלע פארקומעניש אדער רעסטוראנט, דארפט איר דאס באריכטן דארטן, אין דעם לאנד וואו איר באזוכט דעמאלס.

איר דארפט נאכפארשן וועלכע פארלאנגען זענען אין קראפט אין די לענדער וואס איר באזוכט אדער פארט אדורך. אלס אן ערשטע אפציע, זאלט איר זוכן אינפארמאציע אויף אינטערנאציאנאלע ארומפארן ביי שוועדן׳ס מיניסטעריום פאר אויסלענדישע אנגעלעגנהייטן (MFA). אויף דער אמבאסאדע וועבזייטל שוועדן אין אויסלאנד, קענט איר געפונען אינפארמאציע וועגן די רעגולאציעס וועלכע זענען אנווענדליך אין פילע אנדערע לענדער. דער MFA׳ס ״Resklar״ עפ מאכט עס גרינגער נאכצוגיין וועלכע פארארדנונגען זענען איצט אנווענדליך ביי אייער רייזע דעסטינאציע.

צי קענען בלויז שוועדישע בירגער באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט?

אויף צו באקומען א וואקסין סערטיפיקאט אין שוועדן, מוזט איר האבן א שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט קאוד, זיך האבן וואקסינירט אין שוועדן, און האבן א באשטעטיגטע שוועדישע עלעקטראנישע ID.

דער שוועדישע אי-העלט אגענטור טוט איצט נאכקוקן דער פראגע צי מענטשן אן א שוועדישע עלעקטראנישע ID אדער שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט קאוד קענען באקומען א סערטיפיקאט וואס ווייזט אז זיי זענען וואקסינירט געווארן אין שוועדן.

וויאזוי קען איך באקומען א טעסט סערטיפיקאט פאר רייזע צוועקן?

גייט צו א טעסטינג קאמפאני וועלכס איז פארבינדן מיט דער שוועדישע אי-העלט אגענטור. דארט וועט איר דארפן גיבן אייער צושטימונג פאר דער קאמפאני מיטצוטיילן אייער טעסט רעזולטאט מיט די שוועדישע אי-העלט אגענטור. אויב אייער טעסט רעזולטאטן זענען נעגאטיוו וועט דער קאמפאני מיטטיילן מיט אונז די רעזולטאטן. מיר וועלן דאן שיקן דעם טעסט סערטיפיקאט מיט א QR קאוד צו דער קאמפאני, און זיי וועלן אייך איבערגעבן דעם טעסט סערטיפיקאט. אויב האט איר צוטריט צו אן עלעקטראנישער פאסט-קעסטל, וועט דער סערטיפיקאט אויך אהינגעשיקט ווערן דורך דער שוועדישע אי-העלט אגענטור.

ביי דעם לינק קענט איר געפונען א ליסטע פון די קאמפאניס וועלכע זענען פארבינדן מיט דער קאוויד סערטיפיקאט סערוויס.

זענען זעלבסט-טעסטס, אדער זעלבסט-געזאמלטע סעמפלס גילטיג?

זעלבסט-טעסטס און זעלבסט-געזאמלטע סעמפלס ווערן נישט דורכגעפירט אין א קאנטראלירטע שטייגער אונטער אויפזיכט, און זענען אויף איצט ווייניגער פארלעסליך. א תנאי פאר באקומען א קאוויד סערטיפיקאט איז אז דער טעסט מוז דורכגעפירט ווערן דורך העלטקעיר פערסאנאל אדער אנדערע קוואליפיצירטע טעסט פערסאנאל. די טעסט פערסאנאל מוזן פיזיש דורכפירן אויף אייך דעם טעסט.

צי קען איך גע׳טעסט ווערן ביי סיי וועלכע טעסטינג קאמפאני און דאן באקומען א טעסט סערטיפיקאט?

ניין, איר קענט נאר באקומען א טעסט סערטיפיקאט אין איינקלאנג מיט EU סטאנדארטן פון טעסטינג קאמפאניס וועלכע האבן זיך צונויפגעבינדן מיט דער קאוויד סערטיפיקאט סערוויס פון דער שוועדישע אי-העלט אגענטור.

דא קענט איר געפונען א ליסטע פון העלטקעיר פראוויידערס וועלכע זענען פארבינדן מיט דער קאוויד סערטיפיקאט סערוויס.

וועלכע כללים וועלן זיין אנווענדליך נאך 12 אוגוסט, אויב האב איך נישט ביז דאן באקומען א קאוויד סערטיפיקאט? צי וועל איך קענען בכלל ארומפארן?

דער אזויגערופענער ״איינפיר פעריאד״ אנגעגעבן דורך דער EU׳ס קאוויד סערטיפיקאט רעגולאציע איז געווען אין קראפט ביז דעם 12׳טן אוגוסט. נאך דעם דאטום זענען די קאוויד סערטיפיקאטן ארויסגעגעבן דורך דער שוועדישע אי-העלט אגענטור די גילטיגע דאקומענטן צו ניצן אויב, ווען איר קומט אריין אין אן אנדערן לאנד, איר דארפט באווייזן אז איר זענט וואקסינירט געווארן, גע׳טעסט נעגאטיוו פאר קאוויד-19, אדער זיך ערהוילט פון קאוויד-19.

די קאוויד סערטיפיקאטן זענען געצילט אויף גרינגער צו מאכן פרייער באוועגונג אינערהאלב דער EU. פונדעסטוועגן זענען אבער קאוויד סערטיפיקאטן נישט קיין גאראנטי דערפאר. עס איז אלעמאל וויכטיג גוט נאכצופארשן די רעגולאציעס אויף אריינקומען אין דעם לאנד וואו איר ווילט באזוכן, און סיי וועלכע פארארדנונגען דער לאנד פארמאגט בנוגע קוואראנטין און טעסטס.

אלס אן ערשטע אפציע, זאלט איר זוכן אינפארמאציע אויף אינטערנאציאנאלע ארומפארן ביי שוועדן׳ס מיניסטעריום פאר אויסלענדישע אנגעלעגנהייטן (MFA). אויף דער אמבאסאדע וועבזייטל שוועדן אין אויסלאנד, קענט איר געפונען אינפארמאציע וועגן די רעגולאציעס וועלכע זענען אנווענדליך אין פילע אנדערע לענדער. דער MFA׳ס ״Resklar״ עפ מאכט עס גרינגער נאכצוגיין וועלכע פארארדנונגען זענען איצט אנווענדליך ביי אייער רייזע דעסטינאציע.

געדענקט אז דאס אויבערשטע איז אויך אנווענדליך צו טראנזיט לענדער – ד.ה. סיי וועלכע לאנד אדער לענדער איר פארט אדורך אויפ׳ן וועג צו אייער ענדגילטיגער דעסטינאציע.

וואס איז אן ערהוילונג סערטיפיקאט?

אן ערהוילונג סערטיפיקאט איז א קאוויד סערטיפיקאט וואס ווייזט אז עמיצער האט פריער גע׳טעסט פאזיטיוו פאר קאוויד-19 אין א NAAT טעסט (PCR, צום ביישפיל) דורכגעפירט דורך העלטקעיר פערסאנאל.

עס איז מעגליך צו באקומען אן ערהוילונג סערטיפיקאט אונטער געוויסע ספעציעלע אומשטענדן, אבער פאר רוב מענטשן אין שוועדן וועט דער פאסיגער סערטיפיקאט צו באקומען זיין איידער א וואקסינאציע סערטיפיקאט אדער א טעסט סערטיפיקאט. דער סיבה דערפאר איז אז רוב מענטשן אין שוועדן וועלכע האבן גע׳טעסט פאזיטיוו פאר קאוויד-19 האבן באקומען דעם רעזולטאט דורך א זעלבסט-טעסט אדער זעלבסט-געזאמלטע סעמפל, און לויט די EU רעגולאציעס איצט אין קראפט זענען די מעטאדן נישט קיין גילטיגע מיטל צו באקומען אן ערהוילונג סערטיפיקאט. די טעסט פערסאנאל מוזן פיזיש דורכפירן אויף אייך דעם טעסט.

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן קעגן קאוויד-19, קענט איר דאונלאד׳ען אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט ביי covidbevis.se. איר דארפט נישט קיין ערהוילונג סערטיפיקאט אין דעם פאל.

איך בין פריער געווען קראנק מיט קאוויד-19. וויאזוי קען איך באקומען אן ערהוילונג סערטיפיקאט?

צום ערשט איז וויכטיג איר זאלט איבערקלערן צי איר דערפילט אלע פאדערונגען. איר דארפט האבן גע׳טעסט פאזיטיוו פאר קאוויד-19 דורך א NAAT טעסט, און דער סעמפל-נעמען פאר אייער טעסט מוז האבן דורכגעפירט געווארן דורך טרענירטע העלטקעיר פערסאנאל. איצטיגע EU רעגולאציעס נעמען נישט אן קיין זעלבסט-טעסט אדער זעלבסט-געזאמלטע סעמפלס. איר דארפט אויך זיין ווייניגסטנס 16 יאר אלט און האבן א שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט קאוד.

נאכדעם וואס איר האט זיך ערהוילט, און ווייניגסטנס 11 טעג זענען פארביי זינט איר האט גע׳טעסט פאזיטיוו, קענט איר בעטן אן ערהוילונג סערטיפיקאט פון דעם העלטקעיר פראוויידער – ווילאנג איר דערפילט די פאדערונגען אויסגערעכנט אויבן. 

ביטע טוהט ווי פאלגנד:

  1. פארבינדט אייך מיט העלטקעיר סערוויסעס דורך ‎1177.se‏ – קלויבט דער פאסיגער בלאט פאר אייער ראיאן אויף אויסצוגעפונען די אנווענדליכע פראצעדור פאר דעם ראיאן.
  2. דער העלטקעיר פראוויידער וועט שיקן א פארלאנג צו דער שוועדישע אי-העלט אגענטור, וועלכס וועט ארויסגעבן אן ערהוילונג סערטיפיקאט.
  3. אויב איר האט אן עלעקטראנישער פאסט-קעסטל (ווי למשל ׳דידזשימעיל׳, ׳אי-באקס׳, ׳קיוורע׳ אדער ׳מין מינדיגהעטספאסט׳), וועט אייער ערהוילונג סערטיפיקאט אהינגעשיקט ווערן.
  4. אויב איר האט נישט קיין עלעקטראנישער פאסט-קעסטל, וועט אייער ערהוילונג סערטיפיקאט געשיקט ווערן דורך פאסט צו אייער נאציאנאלע-רעגיסטרירטע אדרעס.

צי קען איך באקומען א שוועדישע ערהוילונג סערטיפיקאט אויפ׳ן באזיס פון א קאוויד-19 טעסט וואס איז דורכגעפירט געווארן אין אן אנדערן לאנד?

ניין, דער NAAT טעסט מוז דורכגעפירט ווערן אין שוועדן, דורך העלטקעיר פערסאנאל אדער אנדערע קוואליפיצירטע טעסטינג פערסאנאל.

אויב דער סעמפל-נעמען אין אייער טעסט איז געטוהן אין אן אנדערן EU לאנד, דאן לויט איצטיגע EU רעגולאציעס דארפט איר זיין בארעכטיגט צו באקומען אן ערהוילונג סערטיפיקאט פון יענעם לאנד.

וועלכע סארטן קאוויד סערטיפיקאטן זענען פארהאן, און וואס זענען די אונטערשיידן צווישן זיי?

עס זענען פארהאן דריי אנדערע סארטן קאוויד סערטיפיקאטן פאר רייזע צוועקן: אויב איר זענט וואקסינירט, דאן איז א וואקסינאציע סערטיפיקאט דער פשוט׳סטע און גלייכסטע אפציע, און איינס וואס לייגט נישט קיין אומנויטיגע עול אויף העלטקעיר סערוויסעס. איר קענט דאונלאד׳ען אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט ביי covidbevis.se.

אויב איר זענט נישט וואקסינירט איז עס מעגליך צו נעמען א קאוויד-19 טעסט, און באקומען א טעסט סערטיפיקאט אויב די רעזולטאטן אויף דער טעסט זענען נעגאטיוו. אויב איר זענט שוין פריער קראנק געווען מיט קאוויד-19, איז מעגליך צו באקומען אן ערהוילונג סערטיפיקאט אין געוויסע ספעציעלע אומשטענדן.