פראגעס און ענטפערס

דארף איך א Covid סערטיפיקאט צו רייזן?

ניין, א Covid סערטיפיקאט איז נישט א פאדערונג צו רייזן אינערהאלב די EU. די דיגיטאלישע וואקסינאציע סערטיפיקאט, וואס ווערט אנגערופן אין שוועדן Covidbevis, ווערט אנטוויקלט צו ערמעגליכן רייזן צו אנדערע לענדער אינערהאלב די EU. 

די שוועדישע פאבליק געזונטהייט אגענטור'ס וועבסייט ענטהאלט אינפארמאציע פאר אייך פאר ווען איר ווילט רייזן.

טייל לענדער פארלאנגען א סערטיפיקאט אז איר האט נישט covid-19 צו קענען רייזן צו יענע לאנד. אנדערע לענדער פארלאנגען א סערטיפיקאט אז זייער בירגער זאלן קענען צוריק אהיימקומען

 

אן דארפן זיין אין קוואראנטין. אנדערע לענדער פארלאנגען פארשידענע סארטן סערטיפיקאטן, דעריבער זאלט איר געוואר ווערן איבער וואס איז גילטיג אין די לאנד וואו איר ווילט פארן.

זוכט בעיקר פאר אינפארמאציע אויף רייזן אויסערן לאנד ביי די אויסערן מיניסטרי (UD). די אבאסאדעס' וועבסייט Sweden Abroadענטהאלט אינפארמאציע איבער געזעצן אין אנדערע לענדער. די אויסערן מיניסטרי'ס עפפ 'גרייט צו רייזן' מאכט עס גרינגער פאר אייך צו האלטן קאפ איבער וואס איז גילטיג אינעם פלאץ וואו איר ווילט פארן.

 

ווען וועט עס זיין מעגליך צו באקומען א Covid סערטיפיקאט?

די אי-העלט אוטאריטעט פלאנט צו עפענען די Covid סערטיפיקאט אי-סערוויס אום יולי 1.

 

וואס וועט זיין דער פראצעס צו באקומען א Covid סערטיפיקאט?

די אי-העלט אוטאריטעט איז פאראנטווארטליך פאר די Covid סערטיפיקאט אי-סערוויס און געבט ארויס די וואקסינאציע סערטיפיקאט.

די ראיאנען זענען פאראנטווארטליך צו פארזיכערן אז פארענדיגטע וואקסינאציעס ווערן באריכטערט אין די נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער (NVR) ביי די שוועדישע פאבליק געזונטהייט אגענטור. דורך באשטעלן א וואקסינאציע סערטיפיקאט ביי די Covid סערטיפיקאט אי-סערוויס, בעט איר צו נעמען אינפארמאציע פון NVR, און דאס איז דער באזיס פארן Covid סערטיפיקאט.

Covid סערטיפיקאטן ווערן אויטאמאטיש געשיקט צו אייער דיגיטאלישע פאסט קעסטל. אויב איר האט נישט א דיגיטאלישע פאסט קעסטל, קענט איר באקומען איינס דא. Covid סערטיפיקאטן קענען אויך ווערן גע'סעיוו'ד און געדרוקט.

 

וואס איז אריינגערעכנט אין די Covid סערטיפיקאט? קען איך באקומען טעסט סערטיפיקאטן און ערהוילונג סערטיפיקאטן דורך די אי-סערוויס?

די ערשטע ווערסיע פון די Covid סערטיפיקאט אי-סערוויס רעכנט נאר אריין באווייז אז איר זענט וואקסינירט געווארן קעגן covid-19.

מען ארבעט ווייטער צו אריינשטעלן באווייז פון נעגאטיווע covid-19 טעסטס און באווייז פון ערהוילונג, לויט א צוקונפטיגע EU געזעץ. ערהוילונג מיינט אז איר קענט ווייזן א פאזיטיווע covid-19 טעסט וואס איז גענומען געווארן דורך א העלט קעיר פראפעסיאנעל כאטש צען טעג פריער.

 

וויאזוי צייג איך מיין Covid סערטיפיקאט?

דער covid סערטיפיקאט מוז קענען ווערן געוויזן ביי גרעניץ דורכגענג צוזאמען מיט ID באשטעטיגונג. האלט אייער covid סערטיפיקאט גרייט דורכאויס אייער רייזע.

געדענקט צו קוקן וואס איז גילטיג ביי די ספעציפישע לאנד וואו איר גייט מיט גענוג צייט פאר איר פארט ארויס.  דאונלאוד'ט די UD Resklarעפפ צו באקומען יעצטיגע אינפארמאציע פאר די פלאץ וואו איר רייזט. די אמבאסאדעס האבן אויך יעצטיגע רייזע אינפארמאציע ביי Sweden Abroad.

 

וואס דארף איך האבן צו באקומען מיין Covid סערטיפיקאט?

פון יולי 1, איז א סערטיפיקאט פון וואסינאציע קעגן covid-19 אריינגערעכנט אין די Covid סערטיפיקאט אי-סערוויס. צו באקומען א דיגיטאלישע Covid סערטיפיקאט, דארפט איר זיין וואקסינירט קעגן covid-19. צו אריין לאג'ן אין די אי-סערוויס דארפט איר א שוועדישע אי-אידענטיפיקאציע.

אויב איר האט נישט אן אי-אידענטיפיקאציע, קענט איר עס באקומען פון Skaffa e-legitimation | Elegitimation.

פאר די וואס האבן נישט א גילטיגע אי-אידענטיפיקאציע, וועט עס אויך זיין מעגליך צו פארלאנגען א Covid סערטיפיקאט פון יולי 1. אבער איר מוזט האבן א שוועדישע פערזענליכע ID נומער און פארשטייט זיך, זיין וואקסינירט.

פון 1  יולי, קענט איר זיך ווענדן צום אי - העלט אוטאריטעט - א בויגן פאר צושטימע וועט דאן זיין אוועילעבל אויף די אי - העלט אוטאריטעט'ס וועבסייט. איר וועט באקומען אייער Covid סערטיפיקאט אויף פאפיר, געשיקט דורך פאסט צו אייער רעגיסטרירטע אדרעס. (עס איז נישט ראטזאם זיך צו ווענדן פאר אדער באקומען אייער Covid סערטיפיקאט פון פאראויס וויבאלד די EU געזעץ גייט אריין אין קראפט 1 יולי.)

די אי-העלט אוטאריטעט ארבעט אויך צו אריינרעכענען באווייז פון נעגאטיווע covid -19- טעסטס און באווייז פון  ערהוילונג.

 

איך האב נישט קיין אי-אידענטיפיקאציע. וואס זאל איך טאן?

דא וועט איר געפינען אינפארמאציע איבער וויאזוי עס צו טון: באקומט אי-אידענטפיקאציע | אילעגיטימעישאן (e-legitimation.se)

 

פאר די וואס האבן נישט א גילטיגע אי-אידענטיפיקאציע, וועט עס אויך זיין מעגליך צו פארלאנגען א Covid סערטיפיקאט פון  1יולי. אבער איר מוזט האבן א שוועדישע סאושעל סעקיוריטי נומער און פארשטייט זיך זיין וואקסינירט.

פון  1יולי, קענט איר זיך ווענדן צום אי - העלט אוטאריטעט - א צושטימע בויגן וועט דאן זיין אוועילעבל אויף די אי - העלט אוטאריטעט'ס וועבסייט אום  1יולי. איר וועט באקומען אייער Covid סערטיפיקאט אויף פאפיר, געשיקט דורך פאסט צו אייער וואוינונג רעגיסטרירטע אדרעס.

(עס איז נישט ראטזאם זיך צו ווענדן פאר אדער באקומען אייער Covid סערטיפיקאט פון פאראויס וויבאלד די EU געזעץ גייט אריין אין קראפט  יולי 1 .)

 

איך קען נישט נוצן אן אי-אידענטיפיקאציע. וואס זאל איך טאן?

אויב איר קענט נישט נוצן אי-אידענטיפיקאציע, קענט איר באשטעלן א וואקסינאציע סערטיפיקאט פון די אי-העלט אוטאריטעט אנגעהויבן פון1  יולי. איר טוט דאס דורך דרוקן, אויספולן און שיקן דעם בויגן צום אוטאריטעט דורך פאסט. די אוטאריטעט וועט דאן שיקן אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט צו אייער רעגיסטרירטע אדרעס דורך פאסט. געדענקט צו באשטעלן אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט מיט גענוג צייט פאר אייער רייזע.

(עס איז נישט ראטזאם זיך צו ווענדן פאר אדער באקומען אייער Covid סערטיפיקאט פון פאראויס וויבאלד די EU געזעץ גייט אריין אין קראפט  1י ולי.)

 

דארף איך האבן א דיגיטאלישע פאסט קעסטל צו באקומען מיין Covid סערטיפיקאט?

ניין, עס איז נישט פארלאנגט צו האבן א דיגיטאלישע פאסט קעסטל, אבער עס איז גרינג און פארזיכערט און ארבעט אלס אן אויפהאלטן ארט. איר קענט אויך סעיוו'ן און דרוקן אייער Covid סערטיפיקאט פונעם דיגיטאלישע דעווייס וואס איר נוצט.

 

דארף איך באצאלן פאר מײן Covid סערטיפיקאט?

ניין, עס איז אומזיסט.

 

ווי שנעל נאכן ווערן וואקסינירט קען איך באקומען מיין Covid סערטיפיקאט?

דער וואקסינאציע דארף ערשט ווערן באריכטערט צו די נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער (NVR). דערפאר קען עס געדויערן ארום זיבן טעג נאכן וואקסינאציע פאר איר קענט באקומען אייער Covid סערטיפיקאט.

דער Covid סערטיפיקאט אי-סערוויס עפנט זיך אום  1יולי, און עס איז נישט מעגליך צו באשטעלן פאראויס אדער צו באקומען באווייז פארדעם.

געדענק אז אין טייל פעלער קענט איר באקומען אייער Covid סערטיפיקאט פאר עס קען גענוצט ווערן פאר איינטריט אין א לאנד. צום ביישפיל, היינט זענען דא לענדער וואס פארלאנגען 14 טעג נאך די לעצטע דאזע פון א וואקסין איז געגעבן געווארן צו ווערן אנגענומען. דערפאר דארפט איר איבערקוקן די געזעצן פון די לאנד וואו איר ווילט רייזן.

געפינט אויס מיט גענוג צייט וואס איז גילטיג דארט וואו איר רייזט, זעט די אויסערן מיניסטרי'ס עפפ Resklar  און די אמבאסאדעס' וועבסייט Sweden Abroad.

 

מאכט עס אויס וועלכע וואקסין איך באקום?

אלע וואקסינען קעגן covid-19 געגעבן אין שוועדן ווערן אנגעומען פאר Covid סערטיפיקאטן.

 

איז Covid באווייז גילטיג אויב איך האב באקומען צוויי אנדערע וואקסינען?

נאך איר זענט געווארן וואקסינירט, וועט איר קענען באקומען א Covid סערטיפיקאט וואס ענטהאלט אינפארמאציע וועגן אייערע וואקסינען (אפילו זיי זענען צוויי אנדערע וואקסינען).

לויט די EU געזעץ, וועלן וואקסינאציע סערטיפיקאטן ווערן געגעבן צו יעדע מענטש וואס ווערט וואקסינירט קעגן covid-19, אפגעזען פון וועלכע וואקסין. לענדער מוזן אננעמען וואקסינאציע סערטיפיקאטן פאר וואקסינען באשטעטיגט דורך די EU.

אויסער דעם קען יעדע לאנד באשליסן וועלכע אנווייזונגען זענען גילטיג. איר מוזט געוואר ווערן מיט גענוג צייט וואס גילט אין די לאנד וואו איר ווילט פארן. דאונלאוד'ט די Resklarעפפ פון די אויסערן מיניסטרי צו באקומען יעצטיגע אינפארמאציע וועגן די פלאץ וואו איר רייזט. די אמבאסאדעס האבן אויך יעצטיגע רייזע אינפארמאציע ביי Sweden Abroad.

 

דארפט איר באקומען צוויי דאזעס פאר איר קענט זיך איינגעבן פאר א Covid סערטיפיקאט אדער איז איין דאזע גענוג?

אייער Covid סערטיפיקאט באשטעטיגט וועלכע וואקסין און וויפיל דאזעס איר האט באקומען. איינמאל איר האט באקומען אייער ערשטע דאזע, קענט איר באקומען א Covid סערטיפיקאט.

דער געזעץ אויב איר דארפט איין אדער צוויי דאזעס פונעם וואקסין קען זיין אנדערש אין אנדערע לענער. עס איז דאס לאנד וואס איר באזוכט וואס באשליסט וואס די פאדערונגען זענען דארט. דערפאר, געפינט אויס מיט גענוג צייט איידער איר פארט, זעט די אויסערן מיניסטרי'ס עפפ Resklar  און די אמבאסאדעס' וועבסייט Sweden Abroad.

 

איז עס גענוג צו ווערן וואקסינירט אדער דארף איר אויך א PCR טעסט?

עס קען זיין אנדערש צווישן אנדערע לענדער. עס איז דאס לאנד וואס איר באזוכט וואס באשליסט וואס די פאדערונגען זענען דארט. דערפאר, געפינט אויס מיט גענוג צייט איידער איר פארט, זעט די אויסערן מיניסטרי'ס עפפ Resklar  און די אמבאסאדעס' וועבסייט Sweden Abroad.

 

דארף מיין קינד האבן א Covid סערטיפיקאט צו קענען רייזן?

דער ציל פון א Covid סערטיפיקאט איז צו ערמעגליכן רייזן אינערהאלב די EU. ווי עס שטייט יעצט, איז וואקסינאציע קעגן covid-19 אין אלגעמיין נאכנישט צוגעשטעלט פאר קינדער און דערפאר איז די באווייז פאר וואקסינאציע אין אלגעמיין נישט מעגליך פאר קינדער.

מען ארבעט אויך צו אריינרעכענען באווייז פון נעגאטיווע covid -19- טעסטס און באווייז פון  ערהוילונג אויפן Covid סערטיפיקאט. לויט פריערדיגע EU געזעצן, וועלן קינדער קענען באקומען וואסינאציע סערטיפיקאטן ווי אויך די אנדערע צוויי פלאנירטע סערטיפיקאטן. דער פראצעדור וואס וועט גענוצט ווערן אין שוועדן איז נאכנישט געמאכט געווארן.

געדענקט אלעמאל צו געוואר ווערן מיט גענוג צייט וואס איז גילטיג אין די לאנד וואו איר ווילט פארן. די אויסערן מיניסטרי האט יעצטיגע אינפארמאציע איבער וואס איז גילטיג אין אנדערע לענדער.

 

וועט די Covid סערטיפיקאט זיין גילטיג פאר זאכן אויסער רייזן, אזויווי קאנסערטן, טיאטער פארשטעלונגען און ספארט אווענטס?

Covid סערטיפיקאט זענען געמאכט געווארן צו נאכקומען אינטערנאציאנעלע פאדערונגען און זענען געאייגנט צו ערמעגלירן רייזן אויסערן לאנד. צווישן אנדערע זאכן, מוז מען עס קענען ווייזן ביי א גרעניץ דורכגאנג צוזאמען מיטן איבערקוקן ID.

אום מאי 27, האט די רעגירונג געמאלדן אז עס וועט איבערקוקן אויב עס זאל זיין מעגליך צו נוצן וואקסינאציע סערטיפיקאטן אדער דאס גלייכן פאר געוויסע פאבליק צוזאמקומען און פאבליק געשעענישן פאר א באגרעניצטע צייט. דער רעגירונג וועט מאכן די באשלוס אינמיטן יוני.

 

איז מיין פאזיטיווע אנטיבאדי טעסט אריינגערעכנט אין די Covid סערטיפיקאט?

אנטיבאדי טעסטינג איז נישט גילטיג פאר באקומען א דיגיטאלישע סערטיפיקאט פאר ערהוילונג לויט די EU געזעצן. נאר א פריערדיגע פאזיטיווע NAAT טעסט (PCR) געמאכט געווארן דורך א העלטקעיר פראפעסיאנעל אדער קוואליפיצירטע טעסטינג שטאב (נישט א זעלבסט-טעסט) וועט זיין גילטיג און קען גענוצט ווערן אין Covid סערטיפיקאטן.

אן ערהוילונג סערטיפיקאט וועט נישט ווערן ארויסגעגעבן פריער ווי עלף טעג נאך א פאזיטיווע NAAT טעסט (PCR). עס וועט זיין גילטיג פאר 180 טעג פון די ערשט פאזיטיווע טעסט רעזולטאט.

 

איז עס זיין מעגליך צו באקומען א Covid סערטיפיקאט איידער יולי 1?

די אי-העלט אוטאריטעט דארף א לעגאלע סיבה צו באהאנדלען די פערזענליכע אינפארמאציע אינעם סערטיפיקאט. דער לעגאלע סיבה איז די EU געזעץ און א ניייע שוועדישע געזעץ וואס גייט אריין אין קראפט אום יולי 1 היי יאר. ווי עס שטייט יעצט, פאר די EU געזעץ גייט אריין אין קראפט, האט שוועדן נישט קיין לעגאלע סיבה אויף א נאציאנעלע שטאפל צו באהאנדלען פערזענליכע אינפארמאציע אינעם סערטיפיקאט.

 

איך האב באקומען מיין ערשטע דאזע פונעם וואקסין אין אן אנדערע לאנד און איך וועל באקומען מיין צווייטע דאזע אין שוועדן. וועל איך קענען באקומען א גילטיגע Covid סערטיפיקאט?

אויב איר באקומט אייער צווייטע דאזע פונעם וואקסין אין שוועדן, וועט די העלטקעיר פראוויידער קענען באריכטן די וואקסינאציע דאזע אלס 2 פון 2 (2/2) צו די נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער. דאן וועט איר קענען באקומען א סערטיפיקאט אויף www.covidbevis.se וואס וועט ווייזן אז איר זענט גענצליך וואקסינירט. עס איז וויכטיג צו ווייזן פארן וואקסין געבער אין שוועדן אז דאס איז אייער צווייטע דאזע אז עס זאל קענען באריכטערט ווערן ריכטיג. דערפאר, מאכט זיכער אז איר האט גוטע דאקומענטן פונעם ערשטן וואקסין דאזע און אז עס איז געווארן ארויסגעגעבן דורך א העלטקעיר פראוויידער אדער אוטאריטעט.

 

איז עס מעגליך צו באקומען אייער Covid סערטיפיקאט אין אן אנדערע אייראפעישע לאנד ווען איר זענט דארט? וועלן די סיסטעמען פון אנדערע לענדער קענען איבערגעבן אינפארמאציע איינער פארן צווייטן?

איר וועט קענען באקומען באווייז דורך www.covidbevis.se אויב איר זענט וואקסינירט אין שוועדן און איר האט א שוועדישע אי-אידענטיפיקאציע. 

קיין אינפארמאציע איבער וואקסינאציע אדער טעסטס וועלן געשיקט ווערן צווישן לענדער. אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אדער גע'טעסט געווארן אין אן אנדערע EU לאנד, זאלט איר אויספארשן וויאזוי איר קענט באקומען באווייז פון יענע לאנד.

 

קענען נאר שוועדישע בירגער באקומען א Covid סערטיפיקאט?

איר דארפט האבן א שוועדישע פערזענליכע ID נומער, זיין וואקסינירט אין שוועדן, און האבן א באשטעטיגטע שוועדישע אי-אידענטיפיקאציע צו באקומען א דיגיטאלישע Covid סערטיפיקאט אין שוועדן.

די אי-העלט אוטאריטעט ארבעט צו פארזיכערן אז מענטשן אן שוועדישע אי-אידענטיפיקאציע און א שוועדישע פערזענליכע ID נומער קענען באקומען באווייז אז זיי זענען וואקסינירט געווארן אין שוועדן.

 

קען איך באקומען א דיגיטאלישע Covid סערטיפיקאט אויב איך בין א שוועדישע בירגער אבער וואוין אינדרויסן פון שוועדן?

די אי-העלט אוטאריטעט איז נישט פארפליכטעט צו ארויסגעבן Covid סערטיפיקאטן פאר וואקסינאציע געמאכט געווארן אין אנדערע לענדער.

אויב איר זענט וואקסינירט אדער גע'טעסט געווארן אין אן אנדערע EU לאנד (ווי אויך נארוועיגן, אייסלאנד, שווייץ און ליכטנשטיין), זאלט איר אויספארשן וויאזוי איר קענט באקומען באווייז פון יענע לאנד.