וואקסינאציע סערטיפיקאט פאר ארומפארן

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן קעגן קאוויד-19, קענט איר באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט פאר רייזע צוועקן. אונטן זענען די שריטן וועלכע איר דארפט נעמען אויף צו באקומען אן עלעקטראנישע סערטיפיקאט אויף אייער מאביל טעלעפאן, קאמפיוטער, אדער טאבלעט.

  1. צום ערשט: ווערט וואקסינירט. אינערהאלב 7 טעג וועט אייער וואקסינאציע באריכטעט ווערן צו דער שוועדישע נאציאנאלע וואקסינאציע רעגיסטער.
  2. לאג׳ט אריין מיט אייער שוועדישע עלעקטראנישע ID (אייער e-identification) אויף www.covidbevis.se.
  3. דאונלאד׳ט אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט, און פרינט עס ארויס אדער סעיוו׳ט עס. נאכ׳ן דאונלאד׳ען דעם סערטיפיקאט וועט עס אויטאמאטיש געשיקט ווערן צו אייער עלעקטראניש פאסט-קעסטל, אויב איר פארמאגט איינס. אויב איר האט נישט קיין עלעקטראנישע פאסט-קעסטל, קענט איר דא לייענען אויף וויאזוי איינס צו באקומען.
  4. דער סערטיפיקאט איז איצט גרייט אויף צום ניצן. פונדעסטוועגן, געדענקט נאכצוקוקן וואספארא פארארדנונגען זענען אנווענדליך אויף אייער רייזע דעסטינאציע.

ווי לאנג נעמט עס צו באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט?

נאכ׳ן וואקסינאציע, נעמט עטליכע טעג (7 טעג מאקסימום) בעפאר איר קענט דאונלאד׳ען אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט. ווי לאנג עס וועט נעמען ווענדט זיך אויף ווען די וועלכע האבן אייך געגעבן דער וואקסינאציע קומען אן אריינצולייגן אייער אינפארמאציע אין דער נאציאנאלע וואקסינאציע רעגיסטער.

צי דארף איך זיין פולשטענדיג וואקסינירט אויף צו באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט און ארומצופארן?

איר קענט באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט נאכדעם וואס איר האט באקומען איין דאזע פון דעם וואקסין.

פונדעסטוועגן, איין דאזע פון א וואקסין וועט מעגליך נישט זיין גענוג אז מען זאל אייך אריינלאזן אין אן אנדערן לאנד. עס איז אייער פאראנטווארטליכקייט נאכצוקוקן וואס די פארלאנגען זענען אין דער דעסטינאציע וואו איר ווילט פארן. 

אלס אן ערשטע אפציע, זאלט איר זוכן אינפארמאציע אויף אינטערנאציאנאלע רייזן ביי שוועדן׳ס מיניסטעריום פאר אויסלענדישע אנגעלעגנהייטן (MFA). אויף דער אמבאסאדע וועבזייטל שוועדן אין אויסלאנד, קענט איר געפונען אינפארמאציע וועגן די רעגולאציעס וועלכע זענען אנווענדליך אין פילע אנדערע לענדער. דער MFA׳ס ״Resklar״ עפ מאכט עס גרינגער נאכצוגיין וועלכע פארארדנונגען זענען איצט אנווענדליך ביי אייער רייזע דעסטינאציע.

אויף ווי לאנג איז דער וואקסינאציע סערטיפיקאט גילטיג?

א וואקסינאציע סערטיפיקאט איז גילטיג פאר 90 טעג נאכ׳ן געגעבן ווערן. דערנאך קענט איר דאונלאד׳ען א נייע.

דא קענט איר געפונען מער פראגעס און ענטפערס וועגן קאוויד סערטיפיקאטן