ערהוילונג סערטיפיקאט פאר רייזע צוועקן

אן ערהוילונג סערטיפיקאט איז א סערטיפיקאט וואס באווייזט אז איר זענט קראנק געווען מיט קאוויד-19 אבער איר האט זיך ערהוילט. דער סארט סערטיפיקאט קען נאר געגעבן ווערן אויב איר זענט גע׳טעסט געווארן דורך העלטקעיר פערסאנאל אדער אנדערע אויטאריזירטע טעסט פערסאנאל. זעלבסט-טעסטס, אדער זעלבסט-געזאמלטע סעמפלס, זענען נישט קיין גילטיגער באזיס פאר אן ערהוילונג סערטיפיקאט לויט די EU רעגולאציעס. די טעסט פערסאנאל מוזן פיזיש דורכפירן אויף אייך דעם טעסט.

אנגעהויבן אום 12 אוגוסט זענען פארהאן דריי סארטן קאוויד סערטיפיקאטן פאר רייזע צוועקן:

  • ·       אויב איר זענט וואקסינירט געווארן, קענט איר באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט.
  • ·       אויב איר זענט נישט וואקסינירט געווארן, קענט איר נעמען א טעסט פאר קאוויד-19. אויב דער טעסט רעזולטאט איז נעגאַטיוו, קענט איר באקומען א טעסט סערטיפיקאט.
  • ·       אויב איר זענט שוין פריער קראנק געווען מיט קאוויד-19, איז מעגליך צו באקומען אן ערהוילונג סערטיפיקאט אין געוויסע ספעציעלע אומשטענדן.

 

פאר רוב מענטשן איז שנעלער און גרינגער צו באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט אדער א טעסט סערטיפיקאט (נאך א נעגאטיווע קאוויד-19 טעסט רעזולטאט) אנשטאט אן ערהוילונג סערטיפיקאט, ווייל אן ערהוילונג סערטיפיקאט פארלאנגט פון אייך צו טרעפן זייער ספעציפישע אומשטענדן.

אומשטענדן פאר אן ערהוילונג סערטיפיקאט

אין ספעציעלע פעלער, קען מעגליך זיין צו באקומען אן ערהוילונג סערטיפיקאט.

דאס צו טוהן דארפן די פאלגענדע באדינגונגען זיין גילטיג פאר אייך:

  • ·       איר דארפט זיך האבן גע׳טעסט פאזיטיוו פאר קאוויד-19.
  • דער סעמפל-נעמען אין אייער טעסט מוז גענומען ווערן דורך א טרענירטע העלטקעיר פערסאנאל אין שוועדן. די טעסט פערסאנאל מוזן פיזיש דורכפירן אויף אייך דעם טעסט. דער טעסט מוז זיין אן אזויגערופענער NAAT טעסט (PCR אדער ענליך). זעלבסט-טעסטס, אדער זעלבסט-געזאמלטע סעמפלס זענען נישט גילטיג. באמערקט אז אנטיבאדי טעסטס זענען אויך נישט גילטיג, לויט EU רעגולאציעס.
  • ווייניגסטנס 11 טעג דארפן אריבער גיין זינט אייער ערשטער פאזיטיווער טעסט רעזולטאט.
  • דער סערטיפיקאט קען נישט זיין מער ווי 180 טעג אלט זינט דער טאג פון אייער ערשטער פאזיטיווער טעסט רעזולטאט. די גילטיגקייט פעריאד פון דעם סערטיפיקאט איז דערפאר זעקס חדשים פון דער דאטום אויפ׳ן טעסט רעזולטאט.
  • איר דארפט זיין ווייניגסטנס 16 יאר אלט און האבן א שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט קאוד. (די מעגליכקייט צו פראדוצירן ערהוילונג סערטיפיקאט פאר קינדער און מענטשן אן פערזענליכע אידענטיטעט קאודס וועט נישט זיין אין פלאץ ביז א שפעטערדיגע צייט.)

אויב טרעפט איר צו די אויבנדערמאנטע אומשטענדן, קענט איר באזוכן דאס וועבזייטל 1177.se אויסצוגעפונען דער אנווענדליכע פראצעדור אין אייער ראיאן פאר׳ן בעטן אן ערהוילונג סערטיפיקאט.

וויאזוי צו באקומען אן ערהוילונג סערטיפיקאט

  1. איר דארפט האבן געווען קראנק מיט קאוויד-19. איר דארפט האבן גע׳טעסט פאזיטיוו פאר קאוויד-19, אין א NAAT טעסט דורכגעפירט דורך קוואליפיצירטע העלטקעיר פערסאנאל (נישט דורך א זעלבסט-טעסט אדער זעלבסט-געזאמלטע סעמפל) אין שוועדן.
  2. נאכדעם וואס איר האט זיך ערהוילט, און ווייניגסטנס 11 טעג זענען פארביי זינט איר האט גע׳טעסט פאזיטיוו, קענט איר בעטן אן ערהוילונג סערטיפיקאט פון דעם העלטקעיר פראוויידער. פארבינדט אייך מיט העלטקעיר סערוויסעס דורך ‎1177.se‏ – קלויבט דער פאסיגער בלאט פאר אייער ראיאן אויף אויסצוגעפונען די אנווענדליכע פראצעדור פאר דעם ראיאן.
  3. דער העלטקעיר פראוויידער וועט שיקן א פארלאנג צו דער שוועדישע אי-העלט אגענטור, וועלכס וועט ארויסגעבן אן ערהוילונג סערטיפיקאט.
  4. אויב איר האט אן עלעקטראנישער פאסט-קעסטל (ווי למשל ׳דידזשימעיל׳, ׳אי-באקס׳, ׳קיוורע׳ אדער ׳מין מינדיגהעטספאסט׳), וועט אייער ערהוילונג סערטיפיקאט אהינגעשיקט ווערן.
  5. אויב איר האט נישט קיין עלעקטראנישער פאסט-קעסטל, וועט אייער ערהוילונג סערטיפיקאט געשיקט ווערן דורך פאסט צו אייער נאציאנאלע-רעגיסטרירטע אדרעס.

אויף ווי לאנג איז אן ערהוילונג סערטיפיקאט גילטיג?

אן ערהוילונג סערטיפיקאט איז גילטיג אויף 180 טעג נאך דעם דאטום ווען איר האט ערשט גע׳טעסט פאזיטיוו פאר קאוויד-19.

נאך אינפארמאציע

דא קענט איר געפונען מער פראגעס און ענטפערס וועגן קאוויד סערטיפיקאטן