Illustration av man som sitter vid dator och tittar på covidbevis.se

Covid סערטיפיקאטן (Covidbevis) וועלן ערמעגליכן רייזן

Covid סערטיפיקאטן (Covidbevis) וועט עס מאכן גרינגער צו רייזן די EU דיגיטאלע Covid סערטיפיקאט (Covidbevis אין שוועדיש), איז פריער געווען באקאנט אלס די גרינע סערטיפיקאט) איז א צוקונפטיגע נייע אומזיסטע אי-סערוויס וואס ערלויבט אייך צו באקומען באווייז אז איר זענט וואקסינירט קעגן covid-19. Covidbevis עפנט זיך אום 1יולי. נישט שפעטער ווי אנהויב אוגוסט, וועט עס אויך זיין מעגליך צו באקומען באווייז פון א נעגאטיווע covid-19 טעסט און באווייז פון ערהוילונג דורך די Covidbevis סערוויס.

פיר שריט צו באקומען אייער דיגיטאלישע באווייז פון1  יולי.

פאלגנד זענען די פארשידענע שריט וואס איר דארפט פאר איר קענט באקומען אייער דיגיטאלישע באווייז אויף אייער טעלעפאן, קאמפיוטער אדער טאבלעט.

 

  • וואקסינירט זיך. אינערהאלב זיבן טעג, ווערט די וואקסינאציע באריכטערט צו די נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער.
  • לאג'ט אריין מיט אי-אידענטיפיקאציע ביי www.covidbevis.se (עפנט זיך  1יולי).
  • דאונלאוד'ט, דרוקט, אדער סעיוו'ט אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט. דער באווייז ווערט אויך אויטאמאטיש געשיקט צו אייער דיגיטאלישע פאסט קעסטל אויב איר האט איינס.
  • גרייט צו נוצן. געדענקט צו איבערקוקן די געזעצן וואס זענען גילטיג דארט וואו איר ווילט גיין.

עס נעמט עטליכע טעג (מאקסימום זיבן טעג) נאכן ווערן וואקסינירט פאר איר קענט באקומען אייער Covid סערטיפיקאט. דאס איז ווייל דער מענטש וואס פירט אויס די וואקסינאציע דארף האבן צייט צו אריינלייגן די אינפארמאציע אין די נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער.

 

ערמעגליכט רייזן אין אייראפע

דיגיטאלישע Covid סערטיפיקאט זענען געאייגנט צו ערמעגליכן רייזן אינערהאלב אייראפע דורכאויס די קורונע פאנדעמיק וויבאלד זיי ווערן געמאכט די זעלבע דורכאויס די EU.

מיט א דיגיטאלישע Covid סערטיפיקאט, דארפט איר קענען גרינג ווייזן אז איר האט:

  • זיך וואקסינירט אנטקעגן covid-19
  • גע'טעסט נעגאטיוו, אדער
  • זיך לעצטנס ערהוילט פון covid-19 (ד.מ. גע'טעסט פאזיטיוו, נישט אנטיבאדי טעסט)

געדענקט אז דער לאנד וואו איר רייזט באשטימט וועלכע אנווייזונגען זענען דארט גילטיג. עס איז אייער פאראנטווארטליכקייט צו באקוקן אויב איר קומט נאך די פארלאנגונגען אריינצוקומען.

די אי-העלט אוטאריטעט (e-hälsomyndigheten) איז פאראנטווארטליך פאר די Covid סערטיפיקאט אי-סערוויס און געבט ארויס די סערטיפיקאטן. די אי-העלט אוטאריטעט פלאנט צו עפענען די Covid סערטיפיקאט אי-סערוויס אום יולי 1. די אי-סערוויס איז באזירט אויף די EU געזעץ אויף די EU'ס דיגיטאלישע Covid סערטיפיקאט.

אין אנהויב, וועט נאר וואקסינאציע קעגן covid-19 זיין אריינגערעכנט אין די Covid סערטיפיקאט אי-סערוויס. אינערהאלב זיבן טעג פון אייער וואקסינאציע, וועט עס ווערן באריכטערט צו די נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער, און איר קענט דאן באקומען אייער Covid סערטיפיקאט. צו אריין לאג'ן אין די אי-סערוויס דארפט איר א שוועדישע אי-אידענטיפיקאציע.

ווער עס האט נישט, אדער קען נישט נוצן אן אי-אידענטיפיקאציע און וויל א וואקסינאציע סערטיפיקאט, וועט אנשטאט נוצן די אי-סערוויס, קענען באקומען זייער Covid סערטיפיקאט פאר וואקסינאציע געשיקט צו זייער שטוב צו זייער וואוינונג רעגיסטראציע אדרעס. די צושטימע בויגן וועט זיין אוועילעבל אויף די אי - העלט אוטאריטעט'ס וועבסייט פון  1יולי.
 

טייל לענדער וועלן מעגליך אריינלאזן נאך איין דאזע אדער איינשפריץ. די אויסערן מיניסטרי (UD) האט דערהיינטיגטע רייזע אינפארמאציע איבער די אנווייזונגען וואס זענען גילטיג צו רייזן צו אנדערע לענדער. איר וועט טרעפן לינקס צו די אינפארמאציע דערנעבן.

וואס ענטהאלט באווייז פון וואקסינאציע?

אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט ענטהאלט:

  • אייער נאמען און געבורט דאטום, דאטום פון ארויסגעבן,
  • אינפארמאציע איבער אייער וואקסין און ווען איר האט עס באקומען
  • אן אייגנארטיגע סערטיפיקאט ID
     

אינפארמאציע איבער וואקסינאציע איז באריכטערט צו די נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער (NVR) און גע'סעיוו'ט ביי די שוועדישע פאבליק העלט אגענטור.

 

געדענקט אז עס נעמט עטליכע טעג (ביז זיבן טעג) נאכן ווערן וואקסינירט פאר איר קענט באקומען אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט. דאס איז ווייל דער מענטש וואס פירט אויס די וואקסינאציע דארף האבן צייט צו אריינלייגן די אינפארמאציע אין די נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער.

אנגייענדע אנטוויקלונג פון די Covid סערטיפיקאט

די ערשטע ווערסיע פונעם Covid סערטיפיקאט ענטהאלט נאר באווייז אז איר זענט וואקסינירט געווארן קעגן covid-19. די אי-העלט אוטאריטעט ארבעט אויך אויף באווייז פון נעגאטיווע covid -19- טעסטס און באווייז פון  ערהוילונג.

 

פראגעס און ענטפערס

פראגעס און ענטפערס