ברוכים הבאים צום אינסטאַנץ פֿאַר עלעקטראָנישן געזונט

.מיר פֿירן אָן און קאָאָרדינירן די איניציאַטיװן פֿון דער רעגירונג װען עס קומט צו עלעקטראָנישן געזונט דאָס הײסט אַז מיר אַרבעטן פֿאַר אַ בעסערן אויסבײַט פֿון אינפֿאָרמאַציע װעגן געזונט, װוילזײַן און פֿאַרזאָרג.

אַ בעסער פֿאַרזאָרג און געזונט מיט עלעקטראָנישן געזונט

אַ סך איז לעצטנס געשען אין דעם געזונט-סעקטאָר. מיר ניצן הײַנט עלעקטראָנישע רעצעפּטן און זשורנאַלן און מיר באַשטימן באַזוכן בײַם דאָקטער אויפֿן אינטערנעץ. די אָ זאַכן זײַנען אַלע בײַשפּילן פֿון עלעקטראָנישן געזונט.

עס זײַנען פֿאַראַן פאַרשײדנע דעפֿיניציעס פֿון עלעקטראָנישן געזונט, אָבער מיר באַניצן די דעפֿיניציע פֿונעם אַמט פֿון געזונט און וווילזײַן: "געזונט הײסט פֿיסישן, פּסיכישן און סאָציאַלן װוילזײַן. עלעקטראָנישע געזונט הײסט צו באַניצן דיגיטאַלע אופֿנים כּדי צו באַקומען און אָפּהיטן אַ גוט געזונט."

(אינפֿאָרמאַציע-קעסטל)

דאָ זײַנען פֿאַראַן אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון עלעקטראָנישן געזונט:

עלעקטראָנישע רעצעפּטן – רעצעפּטן וועלכע אַ דאָקטער, קראַנקנשוועסטער אָדער אַ װעטערינאַר שיקט עלעקטראָניש צו צום מלוכישן רעצעפּט-רעגיסטער. מיר טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן דאָזיקן רעגיסטער. אַלע שוועדישע אַפּטײקן קריגן אינפֿאָרמאַציע פֿון אונדזערע דאַטנבאַזעס כּדי צו איבערגעבן די רעצעפּטן.

עלעקטראָנישע באַדינונגען – באַשטימט צײַט בײַם דאָקטער אויפֿן אינטערנעץ, אָנלײַן-זשורנאַלן, KBT-טעראַפּיע אויפֿן אינטערנעץ, שיקט נאָך אַן איבערזעצער.

װירטועלע דאָקטוירים – באַזוכט דעם דאָקטער דורך װידעאָ-פֿאַרבינדונג.

טעכנישער שטיץ אין דעם געזונט-סעקטאָר – למשל קענען די אַפּטײקן ניצן EES (עלעקטראָנישער עקספּערט-שטיץ) אויס כּדי צו זען צי מע קען אײַערע רפֿואות מישן.

געזונט-אַפּליקאַציעס, אַקטיוויטעט-בראַסלעטן און זײגערס – אַפּליקאַציעס װעלכע האַלטן אינפֿאָרמאַציע װעגן ווי אַזוי אײַער געזונט אַנטוויקלט זיך.

מעדיצינישע אויסריכטונגען – װעלכע מע באַניצט אין אָפּעראַציעס, צו איבערבליקן למשל האַרץ-קלאַפּעניש, און זיכערקײט-אַלאַרעמס.

 

אונדזער קענטשאַפֿט וועגן טעכנאָלאָגיע און דיגיטאַליסירונג איז אַ גרויסער טײל פֿון אונדזער אידענויטעט. מיר ווילן די דאָזיקע קענטשאַפֿט אויסניצן כּדי צו פֿאַרבעסערן דאָס געזונט פֿאַר יעדער שװעדישן אײַנװוינער.

מיר אַרבעטן אויף פֿאַרשײדנע אופֿנים כּדי זיך צו דערשלאָגן צו דער דאָזיקער וויזיע.

דער ציל פֿון אונדזער אַרבעט איז צו:

1. מיר פֿירן אָן, קאָאָרדינירן און צוזאַמענאַרבעטן

די אַרבעט מיט עלעקטראָנישן געזונט איז אויף אַ פּאָר אופֿנים אַ שװערע. אײן פֿון אונדזערע װיכטיקסטע אויפגאַבעס איז צו פֿירן די אַנטװיקלונג פֿון שוועדישן עלאָקטראָנישן געזונט. מיר אַרבעטן צו באַשײדן פּראָבלעמען און צו שאַפֿן אַ בעסערן אויסבײַט פֿון אינפֿאָרמאַציע װעגן געזונט, װוילזײַן און פֿאַרזאָרג.

2. מיר שאַפֿן סטרוקטורן און פֿאָרשן קװאַליטעט אויס.

מיר אַנטוויקלען די אינפֿראַסטרוקטור וואָס פֿאַרבינדט דעם געזונט-סעקטאָר מיט די אײַנװוינערס, און מאַכן זיכער אַז זי איז אַ קװאַליטאַטיווע. מיר טראָגן למשל דאָס אַחריות פֿאַר די עלעקטראָנישע רעצעפּטן אין שוועדן. דורך אונדזער אַרבעט שטיצן מיר אַן עפֿעקטיווע און זיכערע מעדיצינישע אינפֿאָרמאַציע.

3. מיר באַדינען

בײַ אונדז געפֿינט איר אויך באַדינונגען און פּראָדוקטן װעלכע מאַכן די אַרבעט פֿאַר געזונט, פֿאַרזאָרג און אַפּטײקערײַ גרינגער. איר געפֿינט אויך עלעקטראָנישע באַדינונגען װעלכע זײַנען דאָ פֿאַר איר פּערזענלעך.

גרונטלעכע אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם אינסטאַנץ פֿאַר עלעקטראָנישן געזונט:

  • מיר זײַנען דאָ אין שטאָקהאָלם.
  • מיר זײַנען אַ מלוכישער אינסטאַנץ. מוזן מיר פֿאָלגן דעם פּרינציפּ װעגן עפֿנטלעכקײט. דאָס הײסט אַז עס איז מיגלעך אַז אַלדי אינפֿאָרמאַציע איר גיט צו צו אונגז װערט עפֿנטלעך.

 צי זענט איר פֿאַרינטערעסירט אין אינפֿאָרמאַציע?

איר קענט באַקומען אײַער אײגענע אינפֿאָרמאַציע װאָס מיר באַהאַנדלען; דורך דיגיטאַלער עלעקטראָנישער באַדינונגען, מאַכן אַן אַפּליקאַציע אויף פּאַפּיר אָדער באַזוכן אײַער אַפּטײק.

אויסצוגן פֿון רעגיסטערס

צי האָט איר אַן עלעקטראָנישע לעגיטימאַציע קענט איר קוקן אויף אײַערע רעגיסטרירטע אינפֿאָרמאַציע אין דער דאַטנבאַזע פֿון הויכע קאָסטן, דער רפֿואות-רשימה און דעם רעצעפּט-מאַגאַזין דורך:

  • די עלעקטראָנישע באַדינונג רפֿוא-קאָנטראָל
  • 1177 דער װעגװײַזער פֿון געזונט, אַ װעבזײַטל פֿונעם ראַיאָן.
  • שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אײַער אַפּטײק.

איר קענט אויך:

  • באַשטעלן אַן אויסצוג פֿון אונדז. דאָ איז פֿאַראַן די פֿאָרמולאַרן.

שרײַבט אײַער אינפֿאָרמאַציע אַרײַן אין פֿאָרמולאַר און שיקט איר צום אינסטאַנץ פֿאַר עלעקטראָנישן געזונט, Kundtjänst, Sankt Eriksgatan 117, 113 43 Stockholm. (גיב אַכטונג אַז מע קען ניט באַשטעלן קײן פֿאָרמולאַרן דורך בליצבריװ).

אויסצוגן מיט אינפֿאָרמאַציע װעגן איר אַלײן קענען מיר אײַך בחינם איבערגעבן אײן מאָל אַ יאָר נאָך אַ שריפֿטלעכער פֿאָדערונג. 

װעגן פֿולמאַכטן

אַ מענטש מעגט געבן אַן אַנדער מענטש, אָדער אַן אינסטאַנץ אינעם געזונט-סעקטאָר, אַ פֿולמאַכט. מיט אַזאַ פֿולמאַכט קען דער דאָזיקער מענטש דורכפֿירן עטלעכע אַפּטײק-אויפֿגאַבעס פֿאַרן פֿולמאַכט-געבער. די פֿולמאַכטן זײַנען רעגיסטרירט געװאָרן אין דעם פֿולמאַכט-רעגיסטער. מיר טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן דאָזיקן רעגיסטער.

װאָס הײסט עס צו האַלטן אַ פֿולמאַכט?

די אויפֿגאַבעס װעלכע עמעצער װאָס האַלט אַ פֿולמאַכט מעגט דורכפֿירן זײַנען:

  • באַשטעלן און באַקומען רפֿואות מיטן פֿולמאַכט-געבערס רעצעפּטן.
  • באַקומען אַן איבערבליק פֿונעם פֿולמאַכט-געבערס רעגיסטרירטע עלעקטראָנישע רעצעפּטן.
  • געבן צושטאַנד צו רעגיסטרירן דעם פֿולמאַכט-געבער אין דער דאַטנבאַזע פֿון הויכע קאָסטן. *
  • געבן צושטאַנד צום אינסטאַנץ פֿאַר עלעקטראָנישן געזונט צו עלעקטראָניש רעגיסטרירן די רעצעפּטן פֿונעם פֿולמאַכט-געבער. *

*  לויטן געזעץ װעגן רעצעפּט-רעגיסטער.

אויב איר װילט געבן עמעצער אַ פֿולמאַכט װעט איר די פֿאָרמולאַרן געפֿינען דאָ:

װעגן פּערזענלעכער אינפֿאָרמאַציע און עפֿנטלעכע דאָקומענטן

מיר באַהאַנדלען די פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע אין אונדזער רעגיסטער לויטן געזעץ װעגן פּערזענלעכער אינפֿאָרמאַציע. די אָ געזעצן באַשטימט למשל װאָס מין פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע מע טאָר באַהאַנדלען, װאָס מין צילן מע דאַרף האָבן כּדי די אינפֿאָרמאַציע צו באַהאַנדלען, װער טאָר קוקן אויף דער אינפֿאָרמאַציע און פֿאַרװאָס.

דער אינסטאַנץ פֿאַר עלעקטראָנישן געזונט טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר װי אַזוי מיר באַהאַנדלען אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע. די װעלכע אַרבעטן אויפֿן אינסטאַנץ טאָרן ניט פֿאַרשפּרײטן קײן אינפֿאָרמאַציע. אי בײַ אונדז אי בײַ אַפּטײקן קענען נאָר אויטאָריזירטע מיטאַרבעטערס זען אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע און זײ טאָרן עס נאָר טאָן װען עס איז נײטיק פֿאַר דער אַרבעט.

צו זען עפֿנטלעכע אינפֿאָרמאַציע

צי ווילט איר זען עפֿנטלעכע אינפֿאָרמאַציע קענט איר זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אײַער רעגיסטראַר.

שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז

דער אינסטאַנץ פֿאַר עלעקטראָנישן געזונט

Södra Långgatan 60

392 31 Kalmar

טעלעפֿאָן: 010-458 62 00

בליצפּאָסט: registrator@ehalsomyndigheten.se