וויאזוי צו ליינען אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט
האט איר באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט און ווילט וויסן מער איבער די באדייט פון די אינפארמאציע? דאן געבט א בליק אויף די וועגווייזער, וועלכער ערקלערט וואס די סערטיפיקאט ענטהאלט און וואס די פארשידענע עלעמענטן מיינען.

די וואקסינאציע סערטיפיקאט ענטהאלט די פאלגנדע אינפארמאציע:
1: לעצטע נאמען און ערשטע נאמען
אייער גאנצע נאמען.
2: געבורט דאטום
אייער געבורט דאטום.
3: אייגנארטיגע ID פאר סערטיפיקאטן
יעדע covid סערטיפיקאט האט אן אייגנארטיגע אידענטיטעט נומער. אין די ביישפיל בילד אויבן, איז דא אן X אין פלאץ פון די אידענטיטעט נומער.
4: לאנד וואו וואקסינאציע איז געגעבן געווארן
דאס זאגט אייך אין וועלכע לאנד איר זענט וואקסינירט געווארן.
5: נומער אין א סעריע פון וואקסינאציעס/דאזעס און די צאל דאזעס אין די סעריע
דאס זאגט אייך אויב איר האט באקומען דאזע 1 פון 2, דאזע 2 פון 2, דאזע 3 פון 3, דאזע 4 פון 4 אדער דאזע 5 פון 5. איר ווערט באטראכט אלס וואקסינירט צוויי וואכן נאך אייער צווייטע דאזע.
6: קראנקהייט אדער אנצינדונג אגענט
דא זאגט עס covid-19.
7: נאמען פון וואקסין
דאס זאגט אייך וועלכע וואקסין איר האט באקומען.
8: וואקסין/פראפילאקסיס
דאס צייגט אז איר האט באקומען א וואקסין קעגן covid-19. ("Covid 19 וואקסין").
9: האנדל אוטאריזאציע האלטער אדער וואקסין פירמע
דאס צייגט וועלכע פירמע האט געמאכט די וואקסין.
10: דאטום פון לעצטע וואקסינאציע
דאס איז דער דאטום פון אייער לעצטע וואקסינאציע דאזע. ביטע באמערקט אז עס זאל נאר זיין איין דאטום, די דאטום פון די לעצטע דאזע.
11: די סערטיפיקאט איז נישט א רייזע דאקומענט/
די ווערטער מאכן בלויז קלאר אז די סערטיפיקאט איז נישט אזויווי א פאספארט, דרייווינג לייסענס, אידענטיטעט דאקומענט אדער רייזע בילעט. עס קען און זאל ווערן גענוצט ווען רייזנדיג אין די EU און אנדער אייראפעישע לענדער וואס נעמען אן די EU דיגיטאלע CV, אזויווי נארוועי, שווייץ, אייסלאנד און ל
ליכטענשטיין.