Driftinformation
E-hälsomyndighetens driftleverantör har störningar som påverkar recepttjänsten. Just nu kan det kan ta lite längre tid att hämta ut läkemedel på apotek.
באקומט אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט ביי אן אפטייק
אויב איר האט נישט אן e-ID און דערפאר קענט איר נישט אליינס באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט אויף א קאמפיוטער אדער טעלעפאן, קענט איר גיין צו אן אפטייק. איר קענט באזוכן איינע פון שוועדן'ס אומגעפער 1,400 אפטייקן.
כדי צו באקומען א סערטיפיקאט פון וואקסינאציע ביי אן אפטייק, מוזט איר:
- איר זענט וואקסינירט געווארן אין שוועדן און עס זאל שוין זיין כאטש זיבן טעג זייט אייער לעצטע דאזע
- איר האט נישט אן e-ID
- איר קענט זיך אידענטיפיצירן מיט א בארעכטיגטע ID: אן ID קארטל ארויסגעגעבן דורך די שוועדישע שטייער אגענטור, א שוועדישע פאספארט מיט א בארדאו דעקל, א שוועדישע נאציאנאלע ID קארטל, א שוועדישע דרייווינג לייסענס, א שוועדישע SIS-געצייכנטע ID קארטל ארויסגעגעבן דורך, צום ביישפיל, א באנק, א פירמע, א פאבליק אוטאריטעט אדער סווענסק קאסאסערוויס, און א שוועדישע ארבעט קארטל (אן די SIS צייכן) ארויסגעגעבן דורך א רעגירונגס אוטאריטעט.
- איר האט א שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט נומער אדער אימיוניטי נומער.
די אפטייק סערוויס איז געמאכט פאר די וואס האבן נישט קיין אנדערע וועג פון באקומען זייער וואקסינאציע סערטיפיקאט. אויב איר האט אן e-ID, ביטע דאונלאוד'ט אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט דיגיטאליש אויף www.covidbevis.se .