וואס צו טון אויב דאזעס פעלן פון אייער Covid סערטיפיקאט
עס קענען זיין עטליכע סיבות פארוואס איר זעט נישט אלע דאזעס. דאס איז וואס איר זאלט טון אויב א דאזע פעלט פון אייער Covid סערטיפיקאט.
עס קענען זיין עטליכע סיבות פארוואס איר זעט נישט אלע דאזעס. דאס איז וואס איר זאלט טון אויב א דאזע פעלט פון אייער Covid סערטיפיקאט.
ביטע באמערקט אז די וואקסינאציע סערטיפיקאט איז נישט אוטאמאטיש אפדעיטעד מיט די צאל דאזעס ווען עס איז אין אייער דיגיטאלע פאסטקעסטל (צ.ב. Kivra, Billo, אדער My Government Mail). איר וועט דארפן באקומען א נייע סערטיפיקאט, נאך יעדע מאל וואס איר נעמט א נייע דאזע.
ווען די אינפארמאציע איבער אייער וואקסינאציע ערשיינט אויף די סערטיפיקאט, שטייט אדער:
"Dos 1 av 2" אדער
"Dos 2 av 2" אדער
"Dos 3 av 3" אדער
"Dos 4 av 4" אדער
" Dos 5 av 5
אויב אייערע דאזעס זענען נישט ריכטיג:
1. קוקט אז כאטש זיבן טעג זענען אריבער זייט איר זענט וואקסינירט געווארן.
2. באקומט א נייע סערטיפיקאט אויף Covidbevis.se אויב עס איז שוין אריבער 24 שעה זייט איר האט איינס לעצט געהאט.
3. עס קומען כסדר פאר טוישונגען אינעם סיסטעם - ביטע ווארט נאך אפאר טעג און פרובירט נאכאמאל, אויב עס פעלט אייך דאזעס אין אייער covid סערטיפיקאט.
4. אויב איר האט פרובירט די אויבנדערמאנטע שריט און איר זעט נאכאלץ די זעלבע באווייז, קענט איר אויך פרובירן אן אנדערע דעווייס, פרובירט אויף אייער קאמפיוטער אויב איר האט פריער פרובירט אויף אייער טעלעפאן, אדער פארקערט. (די אלטע באווייז קען בלייבן אויף די דעווייס.)
5. אויב איר האט ארויסגענומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט נאך אייער ערשטע דאזע און האט עס געשיקט צו אייער דיגיטאלע פאסטקעסטל, וועט איר דארפן באקומען א נייע וואקסינאציע סערטיפיקאט אויף Covidbevis.se נאך אייער צווייטע דאזע. די וואקסינאציע סערטיפיקאט איז נישט אוטאמאטיש אפדעיטעד מיט די צאל דאזעס ווען עס איז אין אייער דיגיטאלע פאסטקעסטל (צ.ב. Kivra, Billo, e-Boks אדער My Government Mail).
6. אויב איר האט אויסגעפאלגט אלע אויבנדערמאנטע שריט און אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט איז נאכאלץ נישט ריכטיג, און איר דארפט באלד רייזן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו אונזער קאסטומער סערוויס שטאב אויף covidbevis@ehalsomyndigheten.se. רעכנט אריין אייער נאמען, טעלעפאן נומער, דאטום פון וואקסינאציע און די ראיאן וואו איר זענט וואקסינירט געווארן.
עס קענען זיין עטליכע סיבות פארוואס איר זעט נישט אלע דאזעס
די מערסט-באקאנטע סיבה פאר פעלנדע דאזעס איז אז די אינפארמאציע איז נישט געווארן אריבערגעפירט פונעם העלטקעיר פראוויידער צום נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער, פון וואו עס ווערט אראפגענומען פארן וואקסינאציע סערטיפיקאט. עס זאל נעמען א מאקסימום פון זיבן טעג פאר די וואקסין דאזעס צו ווערן באריכטעט צום נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער.
די לאקאלע ערטער זענען פאראנטווארטליך צו רעגיסטרירן וואקסינאציעס אינעם נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער, פון וואו די אינפארמאציע ווערט געזאמלט פאר וואקסינאציע סערטיפיקאטן. יעדע ראיאן נוצט פארשידענע אנדערע וואקסינירערס.
אויב מער ווי זיבן טעג זענען אריבער און א דאזע פעלט נאך פון אייער Covid סערטיפיקאט, קענט איר זיך פארבינדן מיטן E-Health אויטאריטעט'ס קאסטומער סערוויס אויף covidbevis@ehalsomyndigheten.se.
אויב עפעס איז נישט גוט געגאנגען ביים רעגיסטרירן אייער וואקסינאציע, וועלן מיר אייך העלפן זיך פארבינדן מיט די שטיצע סערוויס פון אייער ראיאן.