האט איר געהאט אייער וואקסינאציע רעגיסטרירט אונטער א ריזערוו נומער?

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אין שוועדן, אבער האט נישט א פערזענליכע אידענטיטעט נומער אדער קאארדינאציע נומער, איז אייער וואקסינאציע רעגיסטרירט געווארן אויף אן אזוי-גערופענע ריזערוו נומער. איר קענט באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט דורך זיך פארבינדן מיט אייער העלט קעיר פראוויידער.

איר פארבינדט זיך מיט די העלט סערוויס אין די ראיאן וואו איר זענט וואקסינירט געווארן. איר קענט געפונען קאנטאקט פרטים אויף 1177.se. דארט וועט איר געפינען אינפארמאציע אויף וויאזוי צו ווייטער גיין אין אייער ראיאן.

די פאדערונגען זענען:

  • איר מוזט זיין וואקסינירט קעגן covid-19 אין שוועדן און די וואקסינאציעס מוזן זיין רעקארדירט אין די העלט קעיר סיסטעם.
  • אייער וואקסינאציע דאזעס זאלן זיין רעגיסטרירט אויף א ריזערוו נומער.
  • איר זאלט בעטן פאר א וואקסינאציע סערטיפיקאט פון די העלט סערוויס אין די ראיאן וואו איר זענט געווארן וואקסינירט. אויב איר האט גענומען די דאזעס אין אנדערע ראיאנען, זאלט איר זיך פארבינדן מיט די ראיאן וואו איר האט גענומען די לעצטע דאזע.
  • איר מוזט צושטעלן אן אדרעס צו וועלכע די וואקסינאציע סערטיפיקאט זאל געשיקט ווערן דורך רעגיסטרירטע פאסט. איר מוזט פערזענליך אפנעמען די בריוו און מוזט זיך קענען אידענטיפיצירן מיט א פאסטנארד(PostNord)-בארעכטיגטע ID. פאסטנארד (PostNord) - בארעכטיגטע ID'ס.
  • איר קענט באשטעלן א וואקסינאציע סערטיפיקאט אויף די וועג אויב די אויבערשטע פאדערונגען ווערן נאכגעקומען.
  • אויב איר זענט 16 יאר אלט אדער עלטער, קענט איר אליינס באשטעלן די סערטיפיקאט.
  • גארדיענס קענען פארלאנגען וואקסינאציע סערטיפיקאטן פאר זייערע קינדער אויב זיי זענען אונטער 18 יאר.