אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אין א לאנד אינדרויסן פון שוועדן

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אינדרויסן פון שוועדן, זענען דא פארשידענע וועגן צו באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט.

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אין די אייראפעישע פארבאנד (EU)/אייראפעישע עקאנאמישע געגנט (EEA)

אויב איר האט באקומען איינס אדער מער דאזעס פון וואקסינאציע אין אן EU/EEA לאנד, איז די ערשטע זאך זאלט איר איבערקוקן אויב איר קענט באקומען א גילטיגע EU וואקסינאציע סערטיפיקאט פון יענע לאנד.

אויב דאס איז נישט מעגליך פאר סיי וועלכע סיבה, קענט איר זיך פארבינדן מיט די נאציאנאלע סערוויס צענטער. דארט קענט איר צייגן אידענטיטעט דאקומענטן און אריגינעלע דאקומענטן איבער די וואקסינען וואס איר האט באקומען אין אויסלאנד און זיך איינגעבן פאר א שוועדישע וואקסינאציע סערטיפיקאט.

איר מוזט זיין רעגיסטרירט אין שוועדן און האבן א דיגיטאלע פאסטקעסטל וואס נעמט אן רעגירונגס פאסט.

וואקסינען גענומען אין אנדערע לענדער זענען נישט רעקארדירט אין די נאציאנאלע וואקסינאציע רעגיסטראר.

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אינדרויסן פון די אייראפעישע פארבאנד (EU)/אייראפעישע עקאנאמישע געגנט (EEA)?

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אין א לאנד אינדרויסן פון די EU/EEA, קענט איר גיין צו איינס פון די געוויסע אפיסעס פון די נאציאנאלע סערוויס צענטער. זיי וועלן איבערקוקן אייערע דאקומענטן פאר וואקסינאציעס באקומען אין דריטע לענדער.

געדענקט אז עס זענען דא געוויסע באדינגונגען וואס איר מוזט נאכקומען:

  • איר מוזט זיין וואקסינירט קעגן covid-19 מיט א וואקסין וואס איז אוטאריזירט אין די EU אדער א וואקסין אויף די WHO ליסטע פון עמערדזשענסי וואקסינען.
  • איר מוזט האבן באקומען די לעצטע וואקסינאציע אין א סעריע אין א דריטע לאנד און קענען צייגן באווייז פון אידענטיטעט און אריגינעלע דאקומענטן פון די וואקסינען וואס איר האט באקומען.
  • איר מוזט זיין רעגיסטרירט אין שוועדן און האבן א דיגיטאלע פאסטקעסטל וואס נעמט אן רעגירונגס פאסט.

אויב איר זענט 16 יאר אלט אדער עלטער און האט א דיגיטאלע פאסטקעסטל, קענט איר זיך איינגעבן פאר א וואקסינאציע סערטיפיקאט אליינס.

אלס א גארדיען, קענט איר פארלאנגען א וואקסינאציע סערטיפיקאט פאר קינדער אונטער 18 יאר. די וואקסינאציע סערטיפיקאט ווערט געשיקט צו אייער אדרעס.

וואקסינען גענומען אין אנדערע לענדער זענען נישט רעקארדירט אין די נאציאנאלע וואקסינאציע רעגיסטראר.

אויב איר האט גענומען אייער פריערדיגע וואקסינאציע דאזעס אין אן אנדערע לאנד און וועט נעמען אייער נעקסטע דאזע אין שוועדן.

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אין אן אנדערע לאנד און דארפט נעמען א באסטער, איז רעקאמענדירט איר זאלט עס נעמען אין שוועדן.

  • ברענגט און צייגט אלע דאקומענטן פון אייער פריערדיגע וואקסינען פון די אנדערע לאנד. דאס וועט ערלויבן די העלט קעיר פראוויידער וואס געבט אייך די וואקסין צו אפשאצן די דאזע וואס איר זאלט באקומען און רעקארדירן די ריכטיגע דאזע אין די מעדיצינישע רעקארד סיסטעם און אין די נאציאנאלע וואקסינאציע רעגיסטראר.
  • נאך זיבן טעג, קענט איר באקומען אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט אויף www.covidbevis.se אויב איר האט א שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט נומער און e-ID.

אויב איר האט נישט אן e-ID, קענט איר גיין צו אן אפטייק און באקומען הילף מיט ארויסדרוקן אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט.


אויב איר האט א קאארדינאציע נומער, דארפט איר פארלאנגען א וואקסינאציע סערטיפיאקט נוצנדיג די "באשטעלונג פון א וואקסינאציע סערטיפיקאט" פארם.

אויב איר האט נישט א פערזענליכע אדער קאארדינאציע נומער און אייער וואקסינאציע איז רעגיסטרירט געווארן אויף א ריזערוו נומער, דארפט איר זיך פארבינדן מיט די העלטקעיר פראוויידער דורך 1177.se

אויב אייער העלטקעיר פראוויידער קען נישט באריכטן אייער באסטער דאזע מיט די ריכטיגע באשטעלונג נומער (דאזע נומער), קענט איר זיך פארבינדן מיט'ן E-Health אוטאריטעט'ס קאסטומער סערוויס.