וואקסינאציע סערטיפיקאט

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן קעגן covid-19, קענט איר דאונלאוד'ען א וואקסינאציע סערטיפיקאט נוצנדיג אייער e-ID. אויב איר האט נישט אן e-ID, קענט איר באזוכן אן אפטייק פאר הילף. איר קענט אויך באשטעלן אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט דורך ארויסדרוקן, אויספולן און שיקן א פארם צו די eHealth אוטאריטעט.

פאלגנד זענען די אנווייזונגען צו באקומען אייער דיגיטאלע סערטיפיקאט אויף אייער טעלעפאן, קאמפיוטער אדער טאבלעט:

  1. ווערט וואקסינירט. אינערהאלב זיבן טעג, ווערט די וואקסינאציע באריכטעט צו די נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטרי.
  2. לאג'ט אריין מיט אייער e-ID ביי www.covidbevis.se.
  3. דאונלאוד'ט, דרוקט אדער סעיוו'ט אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט. איינמאל איר האט דאונלאודעד דעם סערטיפיקאט, וועט דער באווייז אויך אויטאמאטיש געשיקט ווערן צו אייער דיגיטאלע פאסט קעסטל, אויב איר האט איינס.
  4. גרייט צו נוצן. געדענק צו איבערקוקן די געזעצן פונעם ארט וואו איר רייזט.