וויאזוי צו ליינען אייער טעסט סערטיפיקאט

האט איר באקומען א טעסט סערטיפיקאט און ווילט וויסן מער איבער די באדייט פון די אינפארמאציע? דאן געבט א בליק אויף די וועגווייזער, וועלכער ערקלערט וואס די סערטיפיקאט ענטהאלט און וואס די פארשידענע עלעמענטן מיינען.

Covidbevis_Testbevis_Guide_Bild

די טעסט סערטיפיקאט ענטהאלט די פאלגנדע אינפארמאציע:

1: לעצטע נאמען און ערשטע נאמען

אייער גאנצע נאמען.

2: געבורט דאטום

אייער געבורט דאטום (וואס איז אויך די ערשטע אכט נומערן פון אייער סאושעל סעקיוריטי נומער).

3: אייגנארטיגע ID פאר סערטיפיקאטן

יעדע covid סערטיפיקאט האט אן אייגנארטיגע אידענטיטעט נומער.

4: מיטגליד סטעיט וואו די טעסט איז דורכגעפירט געווארן

דא קענט איר טרעפן די לאנד וואו אייער טעסט איז דורכגעפירט געווארן.

5: סארט טעסט

סארט טעסט, צייגנדיג אז עס איז א סארט טעסט וואס איז בארעכטיגט אונטער די EU. עס קען זיין איינס פון צוויי סארטן טעסטס:

1. ראפיד אימיונואסעי = RAT (Rapid Antigen Test), אזוי-גערופן רעפיד טעסט.

2. נוקלעיק אסיד אמפליפיקאציע מיט פראוב דעטעקשין = NAAT/PCR-טעסט.

6: קראנקהייט אדער אנצינדונג אגענט

דא זאגט עס covid-19.

7: טעסט רעזולטאטן

"נישט דערשפירט (נעגאטיוו)" זאל שטיין דא, מיינענדיג אז איר האט גע'טעסט נעגאטיוו פאר covid-19.

8: פירמע פון די טעסט (פרייווייליג פאר NAAT טעסטס)

די נאמען פון די פירמע פון די טעסט קען שטיין דא. אבער, עס איז פרייוויליג אין פאל פון NAAT טעסטס (צ.ב. PCR טעסטס).

9: דאטום און צייט פון טעסט

באזירט אויף די דאטום און צייט פון די טעסט, קענט איר אויסרעכענען די גילטיגע צייט אפשניט פון די טעסט סערטיפיקאט. ביטע באמערקט אז די גילטיגע צייט אפשניט איז געווענליך קורץ, בלויז 48-72 שטונדן. קןקו אויף Swedenabroad.se צו זען ווי לאנג די סערטיפיקאט איז גילטיג אינעם ארט וואו איר רייזט.

10: ארט פון טעסט (פרייוויליג פאר RAT)

דא שטייט די העלטקעיר פראוויידער וואו איר זענט גע'טעסט געווארן.

11: די סערטיפיקאט איז נישט א רייזע דאקומענט/Det här beviset är ingen resehandling

די ווערטער מאכן בלויז קלאר אז די סערטיפיקאט איז נישט אזויווי א פאספארט, דרייווינג לייסענס, אידענטיטעט דאקומענט אדער רייזע בילעט. עס קען און זאל ווערן גענוצט ווען רייזנדיג אין די EU און אנדער אייראפעישע לענדער וואס נעמען אן covid סערטיפיקאטן, אזויווי נארוועי, שווייץ, אייסלאנד און ליכטענשטיין.