ענטפערס צו אפט געפרעגטע פראגעס איבער covid סערטיפיקאטן

וואס זענען די פארשידענע סארט covid סערטיפיקאטן און וואס זענען די אונטערשיידן?

עס זענען דא דריי סארט covid סערטיפיקאטן. אויב איר זענט וואקסינירט, איז א וואקסינאציע סערטיפיקאט די גרינגסטע און בעסטע. איר קענט באקומען אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט ביי covidbevis.se.

אויב איר זענט נישט וואקסינירט, איז עס מעגליך צו מאכן א covid-19 טעסט און, אויב די טעסט איז נעגאטיוו, צו באקומען א טעסט סערטיפיקאט. פאר די וואס זענען געווען קראנק מיט covid-19, איז עס מעגליך אין ספעציעלע פעלער צו באקומען אן ערהוילונג סערטיפיקאט.

איך בין נישט וואקסינירט, קען איך נאך רייזן?

אויב איר זענט נישט וואקסינירט, קענט איר נוצן איינס פון די אנדערע צוויי סערטיפיקאטן.

ווי לאנג זענען די פארשידענע סערטיפיקאטן גילטיג?

א וואקסינאציע סערטיפיקאט איז גילטיג פאר 365 טעג.

די גילטיגקייט פון די טעסט סערטיפיקאט ווענדט זיך אויף די סארט טעסט וואס איר האט גענומען און די לאנד וואס איר רייזט צו. קוקט איבער וואס איז גילטיג אין די לאנד וואס איר רייזט צו און צו לענדער וואס איר פארט אריבער אויפ'ן וועג. איך קענט דאס טון אויף שוועדן אויסלאנד.

די סערטיפיקאט פון ערהוילונג איז גילטיג פאר 180 טעג פונעם דאטום פון אייער ערשטע פאזיטיווע טעסט רעזולטאט.

וואו צייג איך מיין covid סערטיפיקאט?

צווישן אנדערע זאכן, מוז דער Covid סערטיפיקאט ווערן געוויזן ביי גרעניץ דורכגענג צוזאמען מיט ID באשטעטיגונג. האלט אייער Covid סערטיפיקאט מיט זיך דורכאויס אייער רייזע.

געדענקט אלעמאל צו געוואר ווערן מיט גענוג צייט וואס איז גילטיג אין די לאנד וואס איר פארט צו. דאונלאוד'ט די UD רייזע קלארע עפפ צו באקומען די היינטיגטע אינפארמאציע פאר אייער רייזע ארט. די אמבאסאדעס האבן אויך יעצטיגע רייזע אינפארמאציע אויף שוועדן אויסלאנד.

אין וועלכע לענדער זענען covid סערטיפיקאטן גילטיג?

Covid סערטיפיקאטן זענען גילטיג פאר רייזע צו לענדער אין די EU און א צאל אנדערע לענדער אין אייראפע, ווי אויך אין אנדערע קאנטינענטן.

ליסטע פון לענדער וואו די covid סערטיפיקאט איז גילטיג

ווערט געוואר וואס איז גילטיג אין די פלאץ וואס איר פארט צו. איך קענט דאס טון אויף שוועדן אויסלאנד.

דארף איך האבן א דיגיטאלע פאסטקעסטל צו באקומען מיין covid סערטיפיקאט?

ניין, עס איז נישט פארלאנגט צו האבן א דיגיטאלע פאסטקעסטל, אבער עס איז גרינג און פארזיכערט און ארבעט אלס א פלאץ עס צו האלטן. איר קענט אויך סעיוו'ן און ארויסדרוקן אייער covid סערטיפיקאט דירעקט פון די דיגיטאלע דעווייס וואס איר נוצט. 

וואס זאל איך טון אויב דאזעס פעלן פון מיין וואקסינאציע סערטיפיקאט?

ביטע באמערקט אז די וואקסינאציע סערטיפיקאט איז נישט אוטאמאטיש אפדעיטעד מיט די צאל דאזעס ווען עס איז אין אייער דיגיטאלע פאסטקעסטל (צ.ב. Kivra, Billo, e-Boks אדער My Government Mail). איר וועט דארפן באקומען א נייע סערטיפיקאט נאך וואס איר נעמט א נייע דאזע.

ווען אינפארמאציע איבער אייער וואקסינאציע ערשיינט אויפן וואקסינאציע סערטיפיקאט, שטייט אדער:

"Dos 1 av 2" אדער

"Dos 2 av 2" אדער

"Dos 3 av 3" אדער

"Dos 4 av 4" אדער

"Dos 5 av 5

אויב אייערע דאזעס זענען נישט ריכטיג:

1. קוקט אז כאטש זיבן טעג זענען אריבער זייט איר זענט וואקסינירט געווארן.

2. באקומט א נייע סערטיפיקאט אויף Covidbevis.se אויב עס איז שוין אריבער 24 שעה זייט איר האט איינס לעצט געהאט.

3. עס קומען כסדר פאר טוישונגען אינעם סיסטעם - ביטע ווארט נאך אפאר טעג און פרובירט נאכאמאל, אויב עס פעלט אייך דאזעס אין אייער covid סערטיפיקאט.

4. אויב איר האט פרובירט די אויבנדערמאנטע שריט און איר זעט נאכאלץ די זעלבע וואקסינאציע סערטיפיקאט, קענט איר אויך פרובירן אן אנדערע דעווייס, פרובירט אויף אייער קאמפיוטער אויב איר האט פריער פרובירט אויף אייער טעלעפאן, אדער פארקערט. (די אלטע וואקסינאציע סערטיפיקאט קען בלייבן אויף די דעווייס.)

5. אויב איר האט ארויסגענומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט נאך אייער ערשטע דאזע און האט עס באקומען אין אייער דיגיטאלע פאסטקעסטל, וועט איר דארפן באקומען א נייע וואקסינאציע סערטיפיקאט אויף Covidbevis.se נאך אייער צווייטע דאזע.

די וואקסינאציע סערטיפיקאט איז נישט אוטאמאטיש אפדעיטעד מיט די צאל דאזעס ווען עס איז אין אייער דיגיטאלע פאסטקעסטל (צ.ב. Kivra, Billo, e-Boks אדער My Government Mail).

6. אויב איר האט אויסגעפאלגט אלע אויבנדערמאנטע שריט און אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט איז נאכאלץ נישט ריכטיג און איר דארפט באלד רייזן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו אונזער קאסטומער סערוויס אויף covidbevis@ehalsomyndigheten.se. רעכנט אריין אייער נאמען, טעלעפאן נומער, דאטום פון וואקסינאציע און די ראיאן וואו איר זענט וואקסינירט געווארן.

עס קענען זיין עטליכע סיבות פארוואס איר זעט נישט אלע דאזעס. די מערסט-באקאנטע סיבה פאר פעלנדע דאזעס איז אז די אינפארמאציע איז נישט געווארן אריבערגעפירט פונעם העלטקעיר פראוויידער צום נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער, פון וואו עס ווערט אראפגענומען פארן וואקסינאציע סערטיפיקאט. עס זאל נעמען א מאקסימום פון זיבן טעג פאר די וואקסין דאזעס צו ווערן באריכטעט צום נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער.

די לאקאלע ערטער זענען פאראנטווארטליך צו רעגיסטרירן וואקסינאציעס אינעם נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער, פון וואו די אינפארמאציע ווערט געזאמלט פאר וואקסינאציע סערטיפיקאטן. יעדע ראיאן נוצט פארשידענע אנדערע וואקסינירערס.

אויב מער ווי זיבן טעג זענען אריבער און א דאזע פעלט נאך פון אייער covid סערטיפיקאט, קענט איר זיך פארבינדן מיטן E-Health אויטאריטעט'ס קאסטומער סערוויס אויף covidbevis@ehalsomyndigheten.se

אויב עפעס איז נישט גוט געגאנגען ביים רעגיסטרירן אייער וואקסינאציע, וועלן מיר אייך העלפן זיך פארבינדן מיט די שטיצע סערוויס פון אייער ראיאן.

פארוואס צייגט מיין וואקסינאציע סערטיפיקאט נאר איין דאטום פון וואקסינאציע?

דער וואקסינאציע סערטיפיקאט צייגט אויב איר האט באקומען איינס, צוויי, דריי אדער פיר דאזעס. צום ביישפיל, אויב איר האט באקומען צוויי דאזעס, וועט שטיין "Dos 2 av 2". אויב איר האט באקומען דריי דאזעס, וועט שטיין "Dos 3 av 3" און אויב איר האט באקומען פיר דאזעס, וועט שטיין "Dos 4 av 4".

אבער, עס שטייט נאר איין דאטום. עס איז אונטער די קעפל "דאטום פון לעצטע וואקסינאציע". ביטע באמערקט אז נאר דער לעצטע דאטום פון וואקסינאציע ווערט פארשריבן.

ווי אזוי באקום איך אדער באניי איך א וואקסינאציע סערטיפיקאט?

איר וועט נישט אוטאמאטיש באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט נאך אייער וואקסינאציע, איר וועט אלעמאל דארפן בעטן איינס. די סערטיפיקאט ווערט אויך נישט אוטאמאטיש אפדעיטעד נאך איר ווערט וואקסינירט מיט נאך דאזעס.

איר קענט באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט דורך גיין צו www.covidbevis.se און אויספאלגן די אנווייזונגען דארט. דאס זעלבע גייט אן אויב איר דארפט באקומען א נייע סערטיפיקאט וויבאלד די גילטיגקייט פון אייער יעצטיגע איז אויסגעלאפן אדער וועט באלד אויסלויפן.

אויב איר האט נישט אן e-ID אדער א ציווילע רעגיסטראציע אדרעס, קענט איר דא ליינען מער איבער וויאזוי דאס צו טון.

קענען מענטשן אן א שוועדישע אידענטיטעט נומער באקומען א וואקסינאציע סערטיפקאט?

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אין שוועדן, האט א קאארדינעישאן נומער און האט נישט א רעגיסטרירטע אדרעס, זאלט איר נוצן די פארם פארלאנג פאר א וואקסינאציע סערטיפיקאט - פאר די אן א רעגיסטרירטע אדרעס אין שוועדן.

די סערטיפיקאט וועט געשיקט ווערן צו א פאסט אגענט און איר וועט געמאלדן ווערן ווען איר קענט קומען נעמען די בריוו.

אויב איר האט א רעגיסטרירטע אדרעס, נוצט די פארלאנג פאר וואקסינאציע סערטיפיקאט פארם.

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אין שוועדן און האט נישט א פערזענליכע אדער קאארדינעישאן נומער, זענען אייערע וואקסינאציעס רעגיסטרירט געווארן אויף א ריזערוו נומער. איר וועט זיך דארפן פארבינדן מיט די העלט סערוויס אין אייער ראיאן, דורך 1177.se, צו באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט.

אויב איר האט געהאט אייער וואקסינאציע רעגיסטרירט אויף א ריזערוו נומער

אויב איר האט א שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט נומער אבער אייער וואקסינאציע איז רעגיסטרירט געווארן אויף א ריזערוו נומער אדער קאארדינעישאן נומער, קענט איר זיך פארבינדן מיט אייער וואקסינירער און זיי בעטן צו אנשטאט דעם רעגיסטרירן די וואקסינאציע אונטער אייער פערזענליכע אידענטיטעט נומער.

איך בין פריער וואקסינירט געווארן אין אן אנדערע לאנד און איך וועל נעמען מיין נעקסטע דאזע אין שוועדן. וועל איך קענען באקומען א גילטיגע וואקסינאציע סערטיפיקאט?

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אין אן אנדערע לאנד און דארפט נעמען א באסטער, איז רעקאמענדירט איר זאלט עס נעמען אין שוועדן.

  • ברענגט און צייגט אלע דאקומענטן פון אייער פריערדיגע וואקסינען פון די אנדערע לאנד. דאס וועט ערלויבן די העלט קעיר פראוויידער וואס געבט אייך די וואקסין צו אפשאצן די דאזע וואס איר זאלט באקומען און רעקארדירן די ריכטיגע דאזע אין די מעדיצינישע רעקארד סיסטעם און אין די נאציאנאלע וואקסינאציע רעגיסטראר.
  • נאך זיבן טעג, קענט איר באקומען אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט אויף www.covidbevis.se אויב איר האט א שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט נומער און e-ID.

אויב איר האט נישט אן e-ID, קענט איר גיין צו אן אפטייק און באקומען הילף מיט ארויסדרוקן אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט.

אויב איר האט א קאארדינעישאן נומער, דארפט איר פארלאנגען א וואקסינאציע סערטיפיקאט נוצנדיג די פארלאנג פאר וואקסינאציע סערטיפיקאט פארם.

אויב איר האט נישט א פערזענליכע אדער קאארדינעישאן נומער און אייער וואקסינאציע איז רעגיסטרירט געווארן אויף א ריזערוו נומער, דארפט איר זיך פארבינדן מיט די העלטקעיר פראוויידער דורך 1177.se

אויב אייער העלטקעיר פראוויידער קען נישט באריכטן אייער באסטער דאזע מיט די ריכטיגע באשטעלונג נומער (דאזע נומער), קענט איר זיך פארבינדן מיט'ן E-Health אוטאריטעט'ס קאסטומער סערוויס. 

איך בין א שוועדישע בירגער אבער וואוין אינדרויסן פון די EU/EEA, וויאזוי קען איך באקומען א שוועדישע וואקסינאציע סערטיפיקאט?

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אין א לאנד אינדרויסן פון די EU/EEA, קענט איר גיין צו איינס פון די געוויסע סערוויס אפיסעס פון די נאציאנאלע סערוויס צענטער. זיי וועלן איבערקוקן אייערע דאקומענטן פאר וואקסינאציעס באקומען אין דריטע לענדער.

געדענקט אז עס זענען דא עטליכע באדינגונגען וואס מוזן ווערן נאכגעקומען.

  • ·       איר מוזט זיין וואקסנירט קעגן covid-19 מיט א וואקסין בארעכטיגט אין די EU אדער א וואקסין אויף די WHO ליסטע פון עמערזשענסי וואקסינען.

EU-בארעכטיגטע וואקסינען (שוועדישע מעדיצינישע פראדוקטן אגענטור וועבסייט)

WHO ליסטע פון עמערדזשענסי וואקסינען (WHO וועבסייט)

  • ·       איר מוזט האבן באקומען די לעצטע וואקסינאציע אין א סעריע אין א דריטע לאנד און קענען צייגן באווייז פון אידענטיטעט און אריגינעלע דאקומענטן פון די וואקסינען וואס איר האט באקומען.


 צו באקומען א שוועדישע וואקסינאציע סערטיפיקאט, דארפט איר זיין רעגיסטרירט אין שוועדן און האבן א דיגיטאלע פאסטקעסטל וואס נעמט אן רעגירונג פאסט.

קען איך גיין צו איינס פון די געוויסע סערוויס אפיסעס פון די נאציאנאלע סערוויס צענטער וואס געבט וואקסינאציע סערטיפיקאטן פאר שוועדישע וואקסינירט קעגן covid-19 אין א לאנד אינדרויסן פון די EU/EEA?

יא, איר קענט זיך איינגעבן פאר א וואקסינאציע סערטיפיקאט ביי איינס פון די זעקס אפיסעס. עס איז נישט קיין חילוק וואו איר זענט רעגיסטרירט אזוי לאנג ווי איר זענט רעגיסטרירט אין שוועדן.

איך בין וואקסינירט געווארן אין אויסלאנד און יעצט וואונדער איך זיך אויב מיינע דאזעס זענען רעגיסטרירט אין שוועדן.

וואקסינאציע דאזעס וואס איר האט באקומען אין אויסלאנד זענען נישט רעגיסטרירט אין די נאציאנאלע וואקסינאציע רעגיסטער אין שוועדן. איר קענט, אבער, באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט באזירט אויף דאקומענטן פון אייער וואקסינאציע, אויב איר קומט נאך געוויסע באדינגונגען ווענדנדיג זיך אין די לאנד אין וועלכע איר זענט וואקסינירט געווארן.

ווי שנעל נאכן ווערן וואקסינירט קען איך באקומען מיין וואקסינאציע סערטיפיקאט?

דער וואקסינאציע דארף ערשט ווערן באריכטערט צו די נאציאנעלע וואקסינאציע רעגיסטער (NVR). דערפאר קען עס געדויערן ארום זיבן טעג נאכן וואקסינאציע פאר איר קענט באקומען אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט.

געדענקט אז אין געוויסע פעלער וועט איר מעגליך דארפן באקומען אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט איידער איר קענט עס נוצן אריינצוגיין אין א לאנד. געוויסע לענדער פאדערן 14 טעג נאך די לעצטע דאזע פון א וואקסין פאר די סערטיפיקאט צו ווערן אנגענומען. איר וועט דעריבער דארפן איבערקוקן די געזעצן פון די לאנד וואו איר ווילט רייזן.

געפינט אויס מיט גענוג צייט וואס איז גילטיג דארט וואו איר רייזט, זע די אויסערן מיניסטרי'ס עפפ Resklar  און די אמבאסאדעס' וועבסייט שוועדן אויסלאנד.

וויאזוי סעיוו איך מיין וואקסינאציע סערטיפיקאט איינמאל איך האבן עס דאונלאודעס פון Covidbevis.se?

אויב איר האט א דיגיטאלע פאסטקעסטל, וועט די וואקסינאציע סערטיפיקאט ווערן געשיקט צו דארט אוטאמאטיש.

איר קענט אויך סעיוו'ן אייער סערטיפיקאט אין אונזער סערוויס. דאן טוט דאס:

אויב איר האט גע'דאונלאוד'ט די וואקסינאציע סערטיפיקאט אויף אייער מאבייל טעלעפאן:

  • איר קענט שיקן די סערטיפיקאט צו אייער קאמפיוטער (צום ביישפיל, דורך אימעיל) און עס ארויסדרוקן פון אייער קאמפיוטער, אדער עס שיקן דורך SMS.
  • איר קענט נעמען א בילד (סקרינשאט) און האלטן די באווייז אלס א בילד אויף אייער טעלעפאן.
  • איר קענט עס זען אין אייער דאונלאודעד פיילס אונטער "מיין וואקסינאציע סערטיפיקאט (My vaccination certificate)".

אויב איר האט גע'דאונלאוד'ט די וואקסינאציע סערטיפיקאט פון אייער קאמפיוטער:

  • איר קענט נעמען א בילד (סקרינשאט).
  • איר קענט עס זען אין אייער דאונלאודעד פיילס אונטער "Mittvaccinationsbevis" און דאן ארויסדרוקן די סערטיפיקאט פון דארט.

איר קענט סעיוו'ן אייער באווייז און עס דאן טרעפן אונטער דאונלאודעד פיילס.

דארף איך נעמען א באסטער צו קענען פארן?

איינמאל איר זענט וואקסינירט געווארן קעגן covid-19 מיט צוויי דאזעס, איז אייער וואקסינאציע גילטיג פאר 270 טעג. די סיבה דערפאר איז ווייל די וואקסין'ס ווירקזאמקייט פארמינערט זיך מיט די צייט און דערפאר פאדערט זיך א באסטער דאזע. קינדער און יונגע מענטשן אונטער 18 זענען נישט געדעקט אונטער די 270-טעג געזעץ. דאס איז באשלאסן געווארן דורך די EU.

איינמאל איר האט גענומען אייער באסטער, וועט איר דארפן באנייען אייער וואקסינאציע סערטיפיקאט אויב איר ווילט עס נוצן ווען איר פארט. גייט צו:www.covidbevis.se

ווער קען באקומען זייער וואקסינאציע סערטיפיקאט ביי אן אפטייק?

אויב איר האט נישט אן e-ID, אבער האט א שוועדישע פערזענליכע אידענטיטעט נומער/אימיוניטי נומער און זענט וואקסינירט געווארן אין שוועדן, קענט איר גיין צו אן אפטייק צו באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט.

ווען איר פארלאנגט א וואקסינאציע סערטיפיקאט ביי אן אפטייק, מוזט איר צושטעלן אייער פערזענליכע אידענטיטעט נומער און זיך קענען אידענטיפיצירן מיט אן ID דאקומענט בארעכטיגט אין שוועדן.

קענען אלע אפטייקן אין שוועדן צושטעלן די געלעגנהייט צו ארויסדרוקן מיין וואקסינאציע סערטיפיקאט?

יא, אלע פיזישע אפטייקן אין שוועדן (1400 פון זיי) קענען צושטעלן די מעגליכקייט.


איר קענט געפונען אן אפטייק אויף די וועבסייט פון די שוועדישע אפטייקן אסאסיאציע.

Vad gör jag om apotekspersonalen säger att jag inte kan få ett vaccinationsbevis?
וואס זאל איך טון אויב דער אפטייקער זאגט אז איך קען נישט באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט?

עס קענען זיין עטליכע סיבות דערפאר. מעגליך אז צו ווייניג צייט איז אריבער זינט די וואקסינאציע, אזוי אז די דאזעס זענען נאכנישט באריכטעט צו די נאציאנאלע וואקסינאציע רעגיסטער.

אייער וואקסינאציע איז מעגליך נישט רעגיסטרירט צו אייער סאושעל סעקיוריטי נומער, אבער צו אן אזוי-גערופענע ריזערוו נומער - אין דעם פאל, פארבינדט זיך מיט די העלט סערוויס אין אייער ראיאן, וועלכע קען אייך געבן א וואקסינאציע סערטיפיקאט. אויף www.1177.se קענט איר טרעפן אינפארמאציע אויף וואקסינאציע סערטיפיקאטן פאר די וואס זייער וואקסינאציע איז רעגיסטרירט געווארן אויף א ריזערוו נומער.

עס איז מעגליך אז אייער וואקסינאציע איז רעגיסטרירט געווארן אויף א קאארדינאציע נומער. אין דעם פאל, קענט איר באשטעלן א וואקסינאציע סערטיפיקאט נוצנדיג די פארלאנג פאר וואקסינאציע סערטיפיקאט פארם אויב איר האט נישט א רעגיסטרירטע אדרעס, זאלט איר נוצן די פארלאנג פאר א וואקסינאציע סערטיפיקאט פארם אנשטאט - אויב איר האט נישט  א רעגיסטרירטע אדרעס אין שוועדן. די סערטיפיקאט וועט דאן געשיקט ווערן דורך רעגיסטרירטע פאסט צו די אדרעס וואס איר האט צוגעשטעלט.

איר זענט מעגליך וואקסינירט געווארן אינדרויסן פון שוועדן - אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אין איינע פון די אנדערע לענדער וועלכע זענען מיטגלידער פון די EU'ס דיגיטאלע סערטיפיקאט סיסטעם, קענט איר פארלאנגען א סערטיפיקאט פון יענע לאנד. פאלגנד איז א ליסטע פון אלע לענדער וואס זענען א טייל פון דעם סיסטעם.

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן אין א לאנד אינדרויסן פון די EU/EEA, אבער איר האט א ציווילע רעגיסטראציע אדרעס אין שוועדן און א דיגיטאלע פאסטקעסטל, קענט איר זיך פארבינדן מיט די נאציאנאלע סערוויס צענטער, וואס קען באשטעטיגן אייער דאקומענטן פון אייער וואקסינאציעס און פארזיכערן אז איר באקומט א וואקסינאציע סערטיפיקאט ארויסגעגעבן דורך די E-Health אוטאריטעט.

וועלכע טעסטס זענען בארעכטיגט פאר א טעסט סערטיפיקאטן?

NAAT טעסטס, RT-PCR טעסטס) און די אנטיגען טעסטס (אזוי-גערופן ראפיד טעסטס) וואס קומען נאך EU פאדערונגען זענען בארעכטיגט פאר טעסט סערטיפיקאטן אייער העלטקעיר פראוויידער און די E-Health אוטאריטעט ווייסן וועלכע טעסטס קומען נאך די פאדערונגען פאר טעסט סערטיפיקאטן.

די טעסטס בארעכטיגט פאר די טעסט סערטיפיקאט מוז ווערן אדורכגעפירט דורך א העלט פראפעסיאנעל אדער קוואליפיצירטע טעסטינג שטאב. זעבסט-טעסטס זענען נישט בארעכטיגט. די שטאב מוז פיזיש מאכן דעם טעסט אויף אייך.

וואו גיי איך צו נעמען א טעסט פאר א טעסט סערטיפיקאט?

נאר פריוואטע העלטקעיר פראוויידערס וואס פירן אדורך טעסטס פאר Covid-19 זענען פארבינדן מיט די Covid סערטיפיקאט סערוויס. די טעסטס אדורכגעפירט אין העלטקעיר פלעצער זענען געמאכט צו אנטדעקן אנגייענדע covid-19 אנצינדונג כדי צו פארמיידן דאס פארשפרייטונג פון אנצינדונג. טעסטינג צו זען אויב איר זענט געזונט אויף צו רייזן איז נישט גערעכנט אלס העלטקעיר.

ליסטע פון העלטקעיר הילפס שטאב פארבינדן מיטן Covid סערטיפיקאט סערוויס 

ווי לאנג פאר'ן ארויספארן זאל איך נעמען א טעסט?

אנדערע לענדער האבן אנדערע פאדערונגען. די צייט אפשניט פון גילטיגקייט איז געווענליך בלויז אפאר טעג (געווענליך 48 אדער 72 שעה). איידער'ן פארן, דארפט איר נאכקוקן די פאדערונג פון די פלאץ וואס איר פארט צו און די לענדער וועלכע איר וועט אדורכפארן אויפ'ן וועג. געדענקט אז די גילטיגקייט צייט אפשניט הויבט זיך אן ווען איר נעמט די טעסט, נישט ווען איר באקומט די רעזולטאט אדער ווען די טעסט סערטיפיקאט ווערט ארויסגעגעבן.

פאר וועם איז די ערהוילונג סערטיפיקאט געמאכט פאר?

א סערטיפיקאט פון ערהוילונג איז אן אויסוואל געמאכט פאר מענטשן וועלכע זענען נישט וואקסינירט.

פאר רוב מענטשן, איז עס גרינגער און שנעלער צו באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט אדער א טעסט סערטיפיקאט אנשטאט א סערטיפיקאט פון ערהוילונג.

אויב איר זענט וואקסינירט געווארן קעגן covid-19, קענט איר באקומען א וואקסינאציע סערטיפיקאט ביי covidbevis.se. איר וועט נישט דארפן א סערטיפיקאט פון ערהוילונג.