וויאזוי צו ליינען אייער ערהוילונג סערטיפיקאט

האט איר באקומען אן ערהוילונג סערטיפיקאט און ווילט וויסן מער איבער די באדייט פון די אינפארמאציע? דאן געבט א בליק אויף די וועגווייזער, וועלכער ערקלערט וואס די סערטיפיקאט ענטהאלט און וואס די פארשידענע עלעמענטן מיינען.

Covidbevis_Tillfrisknandebevis_Guide_Bild

די סערטיפיקאט פון ערהוילונג פארמאגט די פאלגנדע אינפארמאציע:

1: לעצטע נאמען און ערשטע נאמען

אייער גאנצע נאמען.

2: געבורט דאטום

אייער געבורט דאטום.

3: אייגנארטיגע ID פאר סערטיפיקאטן

יעדע covid סערטיפיקאט האט אן אייגנארטיגע אידענטיטעט נומער.

4: מיטגליד סטעיט וואו די טעסט איז דורכגעפירט געווארן

דא קענט איר טרעפן די לאנד וואו אייער טעסט איז דורכגעפירט געווארן.

5: ערהוילט פון (קראנקהייט אדער אנצינדונג אגענט)

דא זאגט עס covid-19.

6: דאטום פון ערשטע פאזיטיווע טעסט רעזולטאט (NAAT)

דאטום ווען איר האט ערשט גע'טעסט פאזיטיוו פאר covid-19, אין פארבינדונג מיט העלט קעיר. (זעלבסט-טעסטינג איז נישט גילטיג.).

7: גילטיג פון

איר קענט באקומען א סערטיפיקאט פון ערהוילונג צום ווייניגסטנס 11 טעג נאך איר האט ערשט גע'טעסט פאזיטיוו.

8: גילטיג ביז

דער ערהוילונג סערטיפיקאט איז גילטיג פאר 180 טעג.

9: די סערטיפיקאט איז נישט א רייזע דאקומענט/Det här beviset är ingen resehandling

די ווערטער מאכן בלויז קלאר אז די סערטיפיקאט איז נישט אזויווי א פאספארט, דרייווינג לייסענס, אידענטיטעט דאקומענט אדער רייזע בילעט. עס קען און זאל ווערן גענוצט ווען רייזנדיג אין די EU און אנדער אייראפעישע לענדער וואס נעמען אן covid סערטיפיקאטן, אזויווי נארוועי, שווייץ, אייסלאנד און ליכטענשטיין.